רבי חיים ראבינאוויטש
רבי רפאל חיים יחיאל רבינוביץ איז דער היינטיגער רבי אין מנהיג פון קהל משכנות הרועים, פון דו פירנדע אדמו"רים או קהילות היישוב הישן און העדה החרדית.
ביאגראפייע
רבי חיים איז געבוירן אין טאג י"ח אב ה'תרצ"ח אין ירושלים אלס עלטסטער זוהן פון רבי בנימין ראבינאוויטש דיין אין העדה החרדית און מייסד פון קהל משכנות הרועים און צו זיין מוטער רוחמה ליבא. אלס יונגעל האט ער זיך מסתופף געווען ביי רבי שלומקע זוועהיל'ער. אלס בחור האט ער באקומען סמיכה להוראה דורעך רבי דוב בעריש וויידענפעלד, דער טשעבין'ער רב. אזוי אויך פון רבי יהושע מנחם אהרענבערג. אלס יונגט האט ער זיך מדבק געווען צו צדיקי הדור, צווישן זיי:רבי ישראל פרידמאן פון באיאן לייפציג; רבי מרדכי שלמה פרידמאן פון באיאן; רבי אברהם יהושע העשיל טווערסקי; רבי ישראל פרידמאן פון האשיאטין; רבי יצחק פרידמאן פון באהוש און רבי מרדכי שלום יוסף פריעדמאנן פון סאדיגורא.
ער האט חתונה געהאט מיט הרבנית טאכטער פון רבי אפרים פישל גרובער ראש ישיבת שומרי אמונים, תלמיד פון רבי מנחם ברודי.
איידערן אויף גענומען ווערן אלס רבי האט ער געדונט אלס א מרביץ תורה און ישיבת מאור עינים און אלס א משפיע רוחני אין חסידות באיאן אין אלס א ראש חבורה פאר חסידי באבוב אין ירושלים.
הנהגה
נאך זיין טאטען'ס הסתלקות, אין טאג א' שבט ה'תשס"ב איז ער אויף גענומען אלס ממלא מקומו בהנהגה. ער האט אויף געשטעלט במשך דו יאהרן שטיבלעך אין בית שמש און אין ניו יארק.
דער רבי איז ברייט בייקאנט מיט זיין קעגן שטעלונג קעגן גזירות הדת פון דו מדינת ישראל רעגירונג, צוווישן זיי דו אריבערגאנג פון דו לייכטע באן אין דו בר אילן גאס אין ירושלים, חיטוטי שכבי, חילולי שבת און גזירת גיוס בנים ובנות. בפרט נאכן הסתלקות פון רבי יצחק טוביה ווייס דער ירושליימער רב, איז דער רבי פארעכנט אלס איינע פון דו פירענדע מנהיגים אינעראלב דו קהילות החונים תחת דגל העדה החרדית.
משפחתו
בניו
- רבי שאול יצחק (נפטר געווארען כ"ה כסלו תשע"ט), בייקאנט אלס איינע פון דו גרעסטע לוחמים קעגן פגעי הטעכנעלאגייע, ער האט געדונט אלס א מגיד מישרים און רב פון קהל משכנות הרועים אין קרית יואל[1].
- הרב עקיבא יוסף, ר"מ בישיבת תורת משה ד'סאטמאר במאנטרעאל.
- הרב דוד צבי, חתן רבי אהרן צבי רומפלער האדמו"ר מתהילות ישראל.
- הרב אריה מרדכי, חתן רבי מאיר אברהם אביש הורוויץ האדמו"ר מבית יצחק ד'ספינקא
- חתניו
- הרב יוסף קאהן בן הרב משה קאהן ראש ישיבת תולדות אהרן.
- הרב ברוך יהודה וואגשאהל האדמו"ר מלאנצהוט בית שמש.
- הרב חיים יעקב סאפרין אדמו"ר מקאמארנע אין דו מלכי ישראל גאס אין ירושלים, אייניקעל פון רבי חיים יעקב.