רוי:בארג ראשמאר

ווערסיע פון 07:56, 15 אפריל 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "אברהם לינקאלן" ב־"עיברעהעם לינקאלן")
Mount Rushmore Closeup 2017.jpg

בארג ראַשמאר נאציאנאלער אנדענק (ענגליש: Mount Rushmore Nationsl Memorial) איז א גרויסע סקולפטור אויף בארג ראַשמאר אין דרום-דעקאטע, וואו ס'איז איינגעקריצט פיר פנימ'ער פון בארימטע אמעריקאנער פרעזידענטן, אין די גראניט שטיין פון בארג ראשמאר.

דער בארג פארמאגט אויסגעשניצט די פענימער פון די פרעזידענטן: דשארדזש וואשינגטאן, טאמעס דזשעפערסאן, טעאדער ראזעוועלט און עיברעהעם לינקאלן.

היסטאריע

דער אנדענק איז געבויט געווארן אין א פארזוך צו ציען און פארמערן די צאל טוריסטן וואס באזוכן דרום דעקאטע, און עס איז געלונגען, בארג ראשמאר איז פון די בארימסטע סימבאלן פון אמעריקע מיט נאנט צו דריי מיליאן באזוכער יערליך.

דער ארגינעלער פלאן איז געווען סתם אויסצושניצן עטליכע בארימטע פיגורן און העלדן; שפעטער איז אבער באשלאסן געווארן אויסצוקריצן די צורות פון די פרעזידענטן וועלכע האבן די מערסטע געהאלפן אוועקשטעלן אמעריקע אין די ערשטע 130 יאר.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!