רוי:בית חיה רחל

ווערסיע פון 11:54, 5 אפריל 2024 דורך י'הושע (שמועס | ביישטייערונגען) (לויט'ן ענגלישן וויקיפעדיע)

 

בית חיה רחל (ענגליש: Gateshead Jewish Academy for Girls) איז אן ארטאדאקסישע אידישע מיידל סעמינאר, געגרינדעט אין ה'תשנ"ט (1998) אין געיטסהעד, ענגלאנד, וואו עס געפינט זיך א חרדישע אידישע קהילה[1]. דער מנהל פונעם סעמינאר איז הר"ר אברהם כ"ץ, באוואוסט אלס דרשן און קאלומניסט.

דער סעמינער פארמאגט א דארמיטארי. דאס מערסטע פון די סטודענטן זענען פון דער פאראייניגטע קעניגרייך אבער עס זענען אויך דא אזעלכע וואס קומען פון אנדערע אייראפעישע לענדער, ווי אויך קומען דארט אהן חרדישע סטודענטן פון איבער דער גאנצער וועלט. די סטודענטן זענען אלט צווישן 16 און 21 יאר.

דער סעמינאר צילט איבערצוגעבן פאר די סטודענטן א תורה'דיגע חינוך כדי זיי מדריך צו זיין "אין זייער ראלע אלס ארטאדאקסישע אידישע פרויען אין זייער דערוואקסענע לעבן".

רעפערענצן

  1. Gateshead Jewish Community (ענגליש)

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!