בית חיה רחל איז אן ארטאדאקסישע אידישע מיידל סעמינאר, געגרינדעט אין ה'תשנ"ט (1998) אין געיטסהעד, ענגלאנד, וואו עס געפינט זיך א חרדישע אידישע קהילה. דער מנהל פונעם סעמינאר איז הר"ר אברהם כ"ץ, באוואוסט אלס דרשן און מחבר.

דער סעמינער פארמאגט א דארמיטארי. דאס מערסטע פון די סטודענטן זענען פון דער פאראייניגטע קעניגרייך אבער עס זענען אויך דא אזעלכע וואס קומען פון אנדערע אייראפעישע לענדער, ווי אויך קומען דארט אהן חרדישע סטודענטן פון איבער דער גאנצער וועלט. די סטודענטן זענען אלט צווישן 16 און 21 יאר.

דער סעמינאר צילט איבערצוגעבן פאר די סטודענטן א תורה'דיגע חינוך כדי זיי מדריך צו זיין "אין זייער תפקיד אלס ארטאדאקסישע אידישע פרויען אין זייער דערוואקסענע לעבן".

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!