אלה בן בעשא

פערטער קעניג פון מלכות ישראל, אין ג'י'-י"א
ווערסיע פון 09:34, 20 מערץ 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (צמא לדעת האט אריבערגעפירט בלאט באַניצער:שווערמער/ארטיקלען/אלה בן בעשא צו אלה בן בעשא אן לאזן א ווייטערפירונג)


אֵלָה בן בַּעְשָׁא פון שבט יששכר איז געווען דער פערטער קעניג איבער מלכות ישראל אין די צייטן פון אסא מלך יהודה, פון יאר ג'י' ביז יאר ג'י"א[1]. זיין קורצע קעניגרייך ווערט געשילדערט אין מלכים א' טז, ח–יד.

אלה בן בעשא
אילוסטראציע פון יאר 1553
אילוסטראציע פון יאר 1553
מדינה מלכות ישראל
נהרג ג'י"א
תרצה
בית בעשא דינאסטיע
פאטער בעשא בן אחיה
4'טער מלך ישראל
ג'י'ג'י"א
רעליגיעזער פירער יהוא בן חנני

אלה האט איבערגענומען זיין פאטער בעשא, וועלכער האט פארטיליגט בית ירבעם און געגרינדט בית בעשא[2]. בית בעשא איז אבער געווען פונקט אזוי זינדיג ווי בית ירבעם, און דער באשעפער האט געשיקט דער נביא יהוא בן חנני אים זאגן אז דער סוף פון בית בעשא וועט זיין ווי בית ירבעם, און עס פון זיי גארנישט בלייבן: ”הַמֵּת לְבַעְשָׁא בָּעִיר יֹאכְלוּ הַכְּלָבִים וְהַמֵּת לוֹ בַּשָּׂדֶה יֹאכְלוּ עוֹף הַשָּׁמָיִם” (מלכים א' טז, ד).

די נבואה איז מקוים געווארן אין די צייטן פון אלה, ווען אין זיין צווייטע יאר אויפ'ן טראן איז ער אומגעברענגט געווארן דורך זמרי, זיין רייט־וועגענער גענעראל. דאס האט פאסירט ווען די אידן זענען געווען אויפ'ן שלאכטפעלד קעגן די פלשתים אין גבתון, און זמרי איז געווען אינעם הויפטשטאט תרצה אין די הויז פון ארצא – זיין פארוואלטער, וואו ער האט גע'שיכור'ט. זמרי איז אהין געקומען, און האט אים גע'הרג'עט און זיך זעלבסט געקרוינט אלס קעניג[3]. זמרי האט אויסגע'הרג'עט גאנץ בית בעשא; אלה'ס זין, ברידער, און אנדערע יורשים – כדי עס זאל נישט זיין קיין יורש, און אלע קינדער און פרויען – כדי זיי זאלן זיך נישט קעגנשטעלן דאס קרוינונג פון זמרי[4].

דאס אונטערגאנג פון בית בעשא איז פארגליכן געווארן אין יהוא'ס נבואה צום אונטערגאנג פון בית ירבעם, און זיי האבן טאקע געענדלט אין עטליכע הינזיכטן; ביידע זענען אונטערגעגאנגען ביים צווייטן דור, ביידע אטענטאטן האבן פאסירט אין דער צווייטער יאר פונעם קעניג, און ביידע אינמיטן א מלחמה קעגן די פלשתים אין גבתון[5]. אין קאנטראסט צו נדב בן ירבעם, אבער, וועלכער איז אומגעברענגט געווארן זייענדיג אויפ'ן פראנט, האט אלה גע'שיכור'ט אין די צייט וואס זיין פאלק האט געקעמפט. ער איז דער איינציגער פון אלע מלכי יהודה וישראל ביי וועמען שיכרות ווערט דערמאנט[6].

רעפערענצן

  1. אברהם אריה ליב עקביא, סדרי זמנים לפי המסרת, תל אביב, תש"ג, זייט 138 (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן)
  2. מלכים א' טו, כז–לד.
  3. מלכים א' טז, ט.
  4. מלבי"ם, מלכים א' טז, יא
  5. מלבי"ם, מלכים א' טז, ז
  6. דעת מקרא, מלכים א' טז, ט

קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען