רוי:באקלאווא

געבעקס פון מערערע דינע שיכטן טייג, געפילט מיט צומאלענע מאנדלען, צוקער און קארדעמאן, באגאסן מיט אויל

 

באקלאווא
Baklava
Baklava - Turkish special, 80-ply.JPEG
מאכלים
סוג קינוח, מאפה
מטבח המטבח הטורקי, המטבח היווני, המטבח הפרסי, המטבח האזרי
מוצא אטאמאנישע אימפעריע
מרכיבים עיקריים בצק פילו, פיסטוק, אגוז מלך, סירופ

באַקלאַוואַ (טערקיש: Baklava) איז א געבעקס וואס באשטייט פון מערערע דינע שיכטן טייג, געפילט מיט צומאלענע מאנדלען, צוקער און קארדעמאן, באגאסן מיט אויל. נאכ'ן באקן באגיסט מען עס מיט א געדיכטן סירופ פון וואסער און צוקער און/אדער האניג.

באקלאווא איז געווען א צענטראלער מאכל אינעם אטאמאנישע אימפעריע.

די אידן אין איראק פלעגן עס עסן לכבוד פורים.

היינט צוטאגס ווערט עס געגעסן אין די לענדער פונעם מיטל מזרח, די באלקאן לענדער, צפון אפריקע און צענטראל אזיע, איבערהויפט אין געגענטער וועלכע זענען אינעם פארגאנגענהייט געווען אונטער דער אטאמאנישע אימפעריע, ווי אויך אין ארץ ישראל צווישן די אראבער און ספרדישע אידן.

היסטאריע

דער מקור פונעם געבעקס איז נישט קלאר, און פיל עטנישע גרופעס וועלכע שטאמען פונעם מיטל מזרח טענה'ן אז באקלאווא שטאמט פון זיי[1]. לויט טייל מקורות שטאמט דער ערשטער סארט באקלאווא פונעם אימפעריע פון אשור, ארום דעם יאר 800 פארן ציילן[2]. דער עלסטע באוואוסטע רעצעפט פאר א סארט באקלאווא איז פון א כינעזישע בוך געשריבן אין יאר 1330[3].

רעפערענצן

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!