רוי:אבישג השונמית

פערזענליכע דינסט פון דוד המלך אויף דער עלטער
ווערסיע פון 08:53, 12 מערץ 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (צמא לדעת האט אריבערגעפירט בלאט רוי:אבישג פון שונם צו רוי:אבישג השונמית: ווי גערופן ביי אידן)

אבישג השונמית (פון שונם) איז געווען זייער א שיין מיידל, וועמען מ'האט אויסגעקליבן צו זיין די פערזענליכע דינסט פון דוד המלך אין זיין עלטער.

אין תנ"ך

אבישג איז געברענגט געווארן צום קעניג דורך זיינע ראטגעבער, צו לעזן דעם פראבלעם פון די קעלט וואס האט אים באנומען. דוד האט איר נישט פארהייראט:

וְהַמֶּלֶךְ דָּוִד זָקֵן בָּא בַּיָּמִים, וַיְכַסֻּהוּ בַּבְּגָדִים וְלֹא יִחַם לוֹ. וַיֹּאמְרוּ לוֹ עֲבָדָיו: יְבַקְשׁוּ לַאדֹנִי הַמֶּלֶךְ נַעֲרָה בְתוּלָה וְעָמְדָה לִפְנֵי הַמֶּלֶךְ וּתְהִי לוֹ סֹכֶנֶת, וְשָׁכְבָה בְחֵיקֶךָ וְחַם לַאדֹנִי הַמֶּלֶךְ. וַיְבַקְשׁוּ נַעֲרָה יָפָה בְּכֹל גְּבוּל יִשְׂרָאֵל, וַיִּמְצְאוּ אֶת אֲבִישַׁג הַשּׁוּנַמִּית וַיָּבִאוּ אֹתָהּ לַמֶּלֶךְ. וְהַנַּעֲרָה יָפָה עַד מְאֹד, וַתְּהִי לַמֶּלֶךְ סֹכֶנֶת וַתְּשָׁרְתֵהוּ וְהַמֶּלֶךְ לֹא יְדָעָהּ

נאך די פטירה פון דוד, האט אדוניהו געוואלט חתונה האבן מיט אבישג, וואס האט צוגעברענגט אז ער זאל ווערן אומגעברענגט אויפ'ן באפעל פון שלמה המלך[1]. עס ווערט ערקלערט אז אבישג איז געווען פאררעכנט א "שרביט המלך" מיט וועלכע נאר א קעניג מעג זיך באניצן[2], און אדוניהו האט דעריבער געוויזן מיט זיין בקשה אז ער פאררעכנט זיך א קעניג און ער טוט ווידערשפעניגן אין די מלוכה פון שלמה[3].

אין חז"ל

אין גמרא ווערט פארציילט אז אבישג האט געבעטן דוד אז ער זאל חתונה האבן מיט איר, אבער ער האט איר אפגעזאגט וויבאלד ער האט שוין פארמאגט אכצן פרויען, דאס מערסטע וואס א מלך מעג האבן, און ער האט איר דערביי אויפגעוויזן אז דאס איז נישט בלויז א תירוץ צוליב זיין עלטער[2].

חז"ל זאגן אז די סנהדרין האבן באזונדער מתיר געווען דעם איסור פון יחוד פאר דוד המלך, נישט זייענדיג פארהייראט צו אים. דאס איז געווען אנגענומען אלס א בעסערע אויסוועג, ווי איידער אז דוד זאל מגרש זיין איינע פון זיינע פרויען און נעמען אבישג - צייגנדיג די הארבקייט פון גירושין[2].

לויט א מקור, איז די אשה השונמית פון די צייטן פון אלישע געווען א שוועסטער פון אבישג[4].


דרויסנדע לינקס

רעפערענצן