רוי:אפטאלמאלאגיע

צווייג פון מעדיצין וואס באהאנדלט קראנקייטן און כירורגיע פון די וויזועלע וועגלעך
ווערסיע פון 20:15, 5 מערץ 2024 דורך י'הושע (שמועס | ביישטייערונגען) (אוועקגענומען 'בעבודה')
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
אויגן אונטערזוכונג אין אן אפטאַלמאלאגישע קליניק

אפטאַלמאלאגיע איז דער צווייג פון מעדיצין וואס באהאנדלט קראנקייטן און כירורגיע פון די וויזועלע וועגלעך[1], כולל דעם אויג, מוח און ארום דעם אויג, למשל די טרערן סיסטעם און אויגנלעדלעך. אן אפטאלמאלאג איז א כירורגישער ספעציאליסט געבילדעט אין רפואה. אזויווי אפטאלמאלאגן מאכן אפעראציעס אויף אויגן, זענען זיי כירורגן.

אן אפטאלמאלאג שרייבט רעצעפטן פאר מעדיצין צו היילן קראנקייטן פונעם אויג. ער טוט בדרך כלל נישט באקוקן דאס זע-קראפט פונעם מענטש, און שרייבט נישט קיין רעצעפטן פאר ברילן אדער קאנטאקט לענסעס. דאס ווערט געטון דורך אן אפטאמעטריסט.

דאס ווארט אפטאַלמאלאגיע שטאמט פון גריכיש ὀφθαλμός וואס מיינט אויג[2] און λογος וואס מיינט ווארט, געדאנק אדער רייד; "אפטאַלמאלאגיע" איז טייטש "וויסנשאפט פון אויגן".

אויגן קרענק

טייל פון די מערסט-פארשפרייטע אויגן קרענק וואס ווערן באהאנדלט דורך אן אפטאלמאלאג:

רעפערענצן

  1. Ophthalmology (ענגליש)
  2. ὀφθαλμός (ענגליש)
  דער ארטיקל בנוגע ביאלאגיע איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!