רוי:א

ערשטער אות פון די א-ב
א
אלף
אלף בית
א ב ג ד ה ו
ז ח ט י כ ל
מ נ ס ע פ צ
  ק ר ש ת  
ענדע אותיות
  ך ם ן ף ץ  

א (ארויסגעשריבן אַלֶף; ביי תימנים ארויסגערעדט אַלַף) איז דער ערשטער אות פון אלף בית.

נאמען

עס ווערט שפעקולירט[מקור פארלאנגט] אז דאָס וואָרט "אַלף" שטאַמט דערפון, וואָס אין דעם גאָר אלטן העברעאישן שריפט האָט דער בוכשטאב "אלף" אויסגעזען ענליך צום קאָפּ פון אן אקס, און "אלף" קען באדייטן אן אקס (ווי שְׁגַר אֲלָפֶיךָ[1]). אנדערע שלאגן פאר אז דער בוכשטאב "אלף" איז דער טייטש א שיף[2].

דאָס דאזיגע אות הייסט אין דער אראמישער שפּראך "אלפא", און דערפון שטאמט אויך דער נאָמען פון ערשטן אות אין גריכיש "אלפא".

צורה און פארשטעלונג

 
דער אות א' פארגעשטעלט אין די פאנטס (רעכטס צו לינקס): פראנק-ריהל, אריאל, דוד, רש"י, סת"ם, כתב יד, חיים

ווי אנדערע אותיות, דארף מען שרייבן דעם א' אין ספרי תורה, תפילין, מזוזות און גיטין לויט א באשטימטע צורה. עס זענען פארהאן לייכטע חילוקים צווישן דער א' ווי געשריבן דורך אשכנזים און ווי געשריבן דורך ספרדים, ווען אין אלגעמיין איז עס ענליך צו צוויי יודן, איין אויבן און איין אונטן, און צווישן זיי א ו.

אויסשפראך

עס איז פארהאן אן אונטערשייד צווישן דער קלאנג פון אן א' און פון אן ע', און אין די צייטן פון גמרא האט מען נישט צוגעלאזט צום עמוד א שליח ציבור וואס איז נישט מקפיד דערויף, אדער אזא כהן צום דוכן[3]. היינט, ווען ווייניג דערקענען דעם חילוק, איז מען נישט מקפיד דערויף[4]. געוויסע קהילות היטן נאך דעם חילוק ביז היינט.

באדייטן

דאָס אות "אלף" האָט אויך דעם באדייטונג "דער ערשטער". די משנה זאָגט, אז דאס געלט פון בית המקדש איז געלעגן אין דריי קוישן "וכתוב בהן אלף, בית גימל"[5], דאָס הייסט דער ערשטער, דער צווייטער און דער דריטער. אויך אין ספרים איז דער מנהג צו פארצייכענען דעם ערשטן בלאט אָדער דעם ערשטן טייל צי קאפּיטל מיט דעם בוכשטאב א'.

"א" האָט אויך די באדייטונג: "דער אנהייב", און מיר געפינען אין דער גמרא "בני אדם שקיימו את התורה כולה מאלף ועד תיו"[6], מיט'ן באדייט פאר מענטשן וואָס האָבן מקיים געווען די גאנצע תורה פון אנהייב ביז'ן סוף.

דער אלף אין אלטע שפראכן

     
א' (אַלְפּ) אין פראטא-כנענ'יש א' אין פיניקיש א' אין אראמיש


דער אלף אין אידיש

אין אידיש זענען דא פיר סארט אלפן: פתח־אלף און קמץ־אלף ווי וואקאלן; אן אלף אן א נקודה וואס ניצט ווי א טראף־אלף (איבער, אונטער, אויג, איינער, אייזן); און א שטומער־אלף וואס דינט אפצוטיילן צווישן דריי ווין נאכאנאנד (צב"ש: "וואו", "וואוינען").

זעט אויך

דרויסנדע לינקס

רעפערענצן

דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!