רוי:כורש

ווערסיע פון 14:57, 23 פעברואר 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "דעקלאראציע" ב־"דעקלעראציע")

כורש איז געווארן קעניג פון פרס אין יאר ג'ר"א. אין יאר 539 פאר'ן ציילן (ג'רכ"א) האט בבל'ס קעניגרייך אומגעפאלן, און כורש דער ערשטער קעניג פון פרס האט איבערגענומען גאנץ בבל און אירע פארשקלאפטע פעלקער ווען צווישן זיי איז געווען מלכות יהודה. כורש האט באפרייט א סך פארשקלאפטע פעלקער פון געצווונגענע דינעריי וואס בבל האט איינגעפירט.

אין יאר 538 פאר'ן ציילן (אומגעפער 50 יאר נאכ'ן חורבן בית ראשון) האט ער פראקלאמירט צו ערלויבן די אידן זיך אומקערן קיין ארץ ישראל כדי צו בויען דער צווייטער בית המקדש, (נאך 67 יאר גלות), אויך האט ער געפאָדערט פון די אידן וואס האבן געוואלט בלייבן אין בבל, זאלן שטיצן די אידן וואס פארן צוריק קיין ארץ ישראל. אויך האט ער אומגעקערט די כלים פון דער בית המקדש וואס נבוכדנאצר האט גערויבט פון די אידן. די אומקערונג הייסט שיבת ציון.

נאך כורש'ס דעקלעראציע האבן אומגעפער 50 טויזנט אידן זיך אומגעקערט קיין ארץ ישראל.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!