רוי:דוד צבי פנקס

ישראלישער פאליטיקער
ווערסיע פון 14:54, 23 פעברואר 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "דעקלאראציע" ב־"דעקלעראציע")
דוד צבי פנקס
מדינה ישראלישראל ישראל
תאריך עלייה 1925
3'טער טראנספארט מיניסטער
8 אקטאבער 195114 אויגוסט 1952
כנסת דעפוטאט
14 פעברואר 195214 אויגוסט 1952
1'טער פארזיצער פון פינאנץ קאמיטעט
29 מערץ 19491 נאוועמבער 1950
אנזיכטיקע אמטן
וויצע בירגערמייסטער פון תל אביב-יפו

דוד צבי פנקס (פינקאַס; 5טן דעצעמבער 1895 - 14טן אויגוסט 1952) איז געווען א ישראלדיקער פאליטיקער, איינער פון די אונטערשרייבער פון דער דעקלעראציע פון אומאפהענגיגקייט און דער דריטער טראנספארט מיניסטער פון מדינת ישראל, פון 8טן אקטאבער 1951 ביז זיין פטירה. בערך צוויי חדשים פאר זיין טויט פון א הארץ אטאקע, איז ער געווען א קרבן פון א פראבירטן אטענטאט.

ביאגראפיע

אין אייראָפּע

פּינקאַס איז געבוירן געוואָרן י"ח כסלו ה'תרנ"ו אין שאפראן, אונגארן (דעמאלסט אַ טייל פון דער עסטרייך-אונגארישער אימעפעריע) צו יעקב יהודה פנקס, אַ קאָמערסאַנט, אייגנטומער פון אַ האטעל און רעסטאראַנען און אַ באַנקיר, אַ גרינדער פון די מזרחי אין עסטרייך און א מיטגליד אין דער ווינער קהילה־ראַט. מען האט אים א נאמען געגעבן נאָך דוד צבי ריגלער, דער פאטער פון זיין מוטער שרה. דוד צבי, באקאנט אין זיין משפּחה מיטן נאמען "דאלפי", איז געווען דער ערשטער זון פון זיינע עלטערן נאָך זעקס טעכטער אין אַ משפּחה פון זיבן טעכטער און פיר זין. אין דער עלטער פון אַכט יאָר, איז זיין משפּחה אריבערגעצויגן קיין ווין. ער האט באקומען א טראדיציאנעלע און אלגעמיינע חינוך, אידישקייט האט ער געלערנט ביי רבי ישעיהו פירסט אין ווין און אין דער פרעשבורגער ישיבה, און ער שטודירט געזעצן אין דעם ווינער אוניווערסיטעט.

ביים אויסברוך פון ערשטן וועלט קריג איז ער געווען אין דער עלטער פון פריזיוו, אָבער ער איז ניט אריינגעצויגן געוואָרן אין ארמיי ווי זיינע אנדערע ברידער. אין יענער תקופה האָט ער שטודירט געזעצן. זיין פאטער האט ליקווידירט די רעסטאָראַנען געשעפטן און האט געקויפט אַ באַנק. פּינקאַס האָט נישט געענדיגט זיין דאָקטאָראַט אין געזעצן, ווייל ער איז געצוואונגען אָפהאַקן זיינע שטודיעס כדי מיטטיילן אין ארבעט פאר דער באנק.

אין ארץ ישראל

אנהייב 1925 האָט די משפּחה אימיגרירט קיין ארץ ישראל מיט מערסטע קינדער און אייניקלעך. דאָ האָט מען באַשטימט פנקס דירעקטאָר פון דער מזרחי באַנק אין תל אביב, וואָס ער האָט טאַקע געפירט ביז ער איז דערוויילט געוואָרן פארזיצער פון דער באנק־ראַט אין 1949, א פאזיציע וואָס ער האָט געהאלטן ביז זיין פטירה. ער האָט אָנגעפירט מיט די מזרחי עקאָנאָמישע אינסטיטוציעס אין לאנד.

אין תרפ"ה, ער איז געווארן געוויילט פארזיצער פון דעם קאמיטעט פון דער גרויסער שול אין תל אביב. ער האט געדינט ווי דער ערשטער פארזיצער פון דער רעליגיע ראט, די תל אביבער קהילה־ראט. אין תרפ"ו האט ער געהייראט לאה פון ביאליסטאָק, שטיף־טאכטער פון הרב יעקב בערמאן, און שוועסטער, אויף דער מוטערס זייט, פון צוקונפטיגן כנסת ספיקער יצחק בערמאן. דאָס פּאָרפאָלק האָט געהאַט צוויי קינדער: מרדכי און יהודית. אין 1932 האט מען אים געוויילט צום תל אביבער שטאטראט פאר דער מזרחי פארטיי און האט געפירט די שטאטישע בילדונג אָפּטיילונג במשך 18 יאר. אין די ערשטע יארן פון דער מדינה, איידער מען האט אים באשטימט טראנספארט מיניסטער, איז ער ווידער דערוויילט געוואָרן צום שטאטראט, און צווישן 1950 און 1951 האט ער געדינט ווי וויצע בירגערמייסטער.

דרויסנדע לינקס

רעפערענצן

מוסטער:פינאנץ קאמיטעט פארזיצער (ישראל)

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!