רוי:אירקוצק
|
אירקוצק (רוסיש: Ирку́тск) איז איינע פון די גרעסטע שטעט אין סיביר און דער אדמיניסטראטיווער צענטער פונעם אירקוצקער אבלאסט, פלאצירט 5,185 קילאמעטער מיט דער באן פון מאסקווע.
זיין באפעלקערונג איז געווען 587,891 ביים צענזוס אין 2010.
די שטאט ליגט אויפ'ן רעכטן ברעג פונעם אנגארא טייך.
היסטאריע
עס איז געגרינדעט געווארן אין יאר 1661.
פיל פראמינענטע רוסישער זענען פארשיקט געווארן קיין אירקוצק צוליב זייער חלק אינעם רעוואלוציע פון יאר 1825.
נאך א פייער אין יאר 1879, איז עס געווארן כמעט אינגאנצן איבערגעבויט[1].
ווען דער אייזנבאן ליניע האט דערגרייכט אירקוצק, האט עס פארדינט דעם צונאמען "דאס פאריז פון סיביר". דער שטאט איז געווען דער צענטער פון ביטערע פעכטן בשעת דער רוסישער בירגער קריג פון 1918–1920. שפעטער איז דער שטאט געווארן א הויפט צענטער פון פראדוצירן לופטמאשינען.
רעפערענצן
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!