באקסהארן

באָקסהאָרן אדער גריכיש היי Trigonella foenum-graecum איז אַ מין פלאַנץ פון דער משפּחה פון די קטניות Leguminosae. די קערנדלעך פון דער פלאַנץ באַדינען אַלס געווירץ. די תימנים רופן עס חילבע, אין ענגליש רופט מען עס פעניוגריק.

Fenugreek seeds(মেথি).JPG

אויפ'ן פלאנץ וואס ווערט דערמאנט אין משנה[1] מיט'ן נאמען "תלתן" שרייבט דער רמב"ם[2] אז דאס איז וואס ווערט גערופן אין אראביש "חלבא" און בלע"ז "פנגריג".

דער "המתרגם" אויפ'ן פלאץ[3] (געדרוקט אין ווילנער ש"ס) טייטשט דאס אין אידיש אלס "גריכיש הייא" אדער "באקסהארען".

אין לשון הגמרא ווערט עס גערופן "שבלילתא"[4] אדער "שובלילתא"[5].

אויך אויף "רוביא", וואס דער גמרא זאגט אז מען זאל עס עסן[6] אדער זען[7] אויף ראש השנה, טייטשט רש"י אז דאס איז "תלתן"[8].

דער ספר הערוך[9] שרייבט אויף "תלתן" אז אין אנהייב איז עס ביטער און ווען מען ווייקט עס אין וואסער ווערט עס זיס.

רעפערענצן

  1. משנה, כלאים ב, ה
  2. פירוש המשניות
  3. ווי אויך אין ביצה דף ג:, ראש השנה דף יב: און בבא קמא דף פא.
  4. זעט רש"י, עבודה זרה לח, ב און רש"י, מנחות מב, ב. זעט אויך ספר הערוך, ערך שבלול ב', און מוסף הערוך, ערך תלתן.
  5. זעט גיטין סט, א און רש"י און המתרגם דארט.
  6. כריתות ו, א
  7. הוריות יב, א
  8. דער מוסף הערוך (ערך רוביא) פרעגט ווי אזוי קען רש"י זאגן אז רוביא איז תלתן בשעת מיר ווייסן אז תלתן אין לשון הגמרא איז שבלוליתא. דער הפלאה שבערכין ענטפערט אז מיר געפינען אסאך מאל אז איין זאך ווערט אנגערופן מיט עטליכע נעמען, און אדרבה, וויבאלד רש"י טייטשט אויף ביידע פינגור"י, זעען מיר אז ביידע זענען דער זעלבע זאך.
  9. ערך תלתן

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!