מוסטער:האט איר געוואוסט/20
►► | האט איר געוואוסט? דערפרישן די הויפט בלאט |
◄◄ |
---|
לויט תוספות, זענען בן בג בג און בן הא הא געווען גרים, און זייערע נעמען זענען מרמז דערויף: "בג" איז גימטריא ה – דער אות וואס איז צוגעלייגט געווארן צו די נעמען פון די ערשטע גרים, אברהם אבינו און שרה. פארהאן וואס זאגן אז די צונעמען האט מען געגעבן כדי זיי צו אפהיטן פון מלשינים פאר דער רוימישער אימפעריע וועלכע פלעגט נאכיאגן גרים.