רוי:עידס

ווערסיע פון 23:31, 10 פעברואר 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "אימון-סיסטעם" ב־"אימיון-סיסטעם")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
דער סימבאל ארויסציווייזן סלידיריטעט צו די ליידענע פון די מחלה ה"י.

עידס איז א קאלעקציע סימנים און אינפעקציעס ביי מענטשן וואס ווערט ארויסגערופן פון א שאדן צו דער אימיון-סיסטעם. דער גורם פון דאזיקן שאדן איז די אינפעקציע מיט HIV, דער מענטשליכער אימון-פעלער-ווירוס. אין די ענדליכע סטאדיעס פון דער מחלה זענען די חולים עלול אנגעשטעקט צו ווערן מיט געוויסע אינפעקציעס, וואס זענען ניט אזוי געפערלעך ביי מענטשן מיט געזונטע אימון- (פארטיידיגונג-) סיסטעמען. (אזוינע געווענליך ניט-סכנהדיקע אינפעקציעס, וואס זענען א סך ערנצטער ביי ניט-באהאנדלטע איידס-קראנקע, רופט מען "געלעגנהייט-אינפעקציעס".) געוויסע קאנסערס זענען אויך פארבונדן מיט די ענדליכע סטאדעיס פון דער קראנקייט. כאטש רפואות קעגן איידס און HIV זענען פאראן, און שטערן דעם ווירוס צו אוואנסירן, איז ניטא קיין אויסהיילונג. דער איינציקער אופן אויסצומיידן די קראנקייט, פון קוקווינקל פון עפנטליכן געזונט, איז אפצומוטיקן די ניט-זיכערע אויפפירונגען וואס שטעלן מיט זיך פאר א ריזיקע פאר דער אינפעקציע.

עס איז די מער שווערע טויטליכע קראנקייט וואס קומט פון דעם ווירוס: עיטש.איי.ווי. (H.I.V. אויך די זעלבע ראשי תיבות: ה'יומען א'ימיון וו'יירוס).

דער ווירוס HIV ווערט איבערגעפירט דורכן גלייכן באריר (קאנטאקט) פון איין שליים-הייטל (למשל הויט) אדער די בלוט-שטראם מיט א קערפער-פליסיקייט וואו עס ליגט HIV, צום ביישפיל בלוט אד"ג. אזא טראנסמיסיע קען פארקומען דורך קאנטקאט מיט אייינער פון די פליסיקייטן. פון א דירעקטן באריר מיט שפייעכץ אדער נארמאלן באריר מיטן הויט איז אוממעגלעך זיך אנצושטעקן מיטן ווירוס.

ס'רוב פארשערס (וויסנשאפטלערס) גליייבן היינט אז דער ווירוס HIV האט געהאט זיין בראשית אין סוב-סאהארער אפריקע בשעתן 20סטן י"ה; די קראנקייטט איז שוין אזוי פארשפרייט, אז מען רופט דאס א פאנדעמיק, ד"ה א מחלה וואס באווירקט יעדע גרופע און ראיאן אויף דער וועלט. מען שאצט אפ, אז קרוב צו 40 מיליאן נפשות לעבן היינט מיט דער מחלה איבער גאר דער וועלט. דער יו-ען שאצט אפ אז פון איידס זענען אומגעקומען העכער 25 מיליאן מענטשן זינט מען האט עס דערקענט אין יוני, 1981, און דער פאר איז עס איינע פון די סאמע צעשמעטערישע עפידעמיעס אין דער מענטשליכער געשיכטע. אין פארלויף פון 2005 זענען אומגעקומען א 2-3 מיליאן מענטשן פון איידס, דערפון מער ווי 570,000 קינדער. א דריטל פון די טויטפאלן קומען פאר אין סוב-סאהארער אפריקע, וואס מאכט א תל סיי פון דער עקאנאמיע סיי פון דער געזעלשאפט.

די רפואות קעגן דעם ווירוס פארקלענערן די שטארביקייט און די קרענקליכקייט פון דער קראנקייט, נאר ניט אין אלע לענדער האט מען צוטריט צו די דאזיקע רפואות.

די הויפט-וועגן פון אינפעקציע מיט HIV זענען: א) קאנטאקט מיט אינפעקטירטע פליסיקייטן (צום ביישפיל אומריינע נארקאטיק-נאדלען) און ב) פון א מאמע צו איר ניט-געבוירן קינד.

אזוי ווי איידס געפינט זיך ביי ארעמע, ראנדיקע, און באעוולטע גרופעס, איז די דאזיקע קראנקייט באזונדערש ענג פארבונדן מיט מיספארשטענדענישן, סטיגמעס, און עם-הארצות.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!