רוי:איניד בלייטאן
בריטישע שרייבערן (1897–1968)
דער אַרטיקל איז א יתום, קיין אַרטיקל לינקט צו עס. איר זענט געלאדנט צו ביישטייערן צו המכלול און פארבינדן צו עס פון ארטיקלען וואס אנטהאלטן "איניד בלייטאן".
געבורט | אויגוסט 11, 1897 |
---|---|
פטירה | נאוועמבער 28, 1968 (אלט: 71) |
יצירות בולטות | די "בארימטע פינף", "נאדי" |
איניד מערי בלייטאָן (ענגליש: Enid Mary Blyton, אויגוסט 11, 1897 – נאוועמבער 28, 1968) איז געווען אן ענגלישע שרייבערין. זי איז געבוירן געווארן אין דאלוויטש, דרום לאנדאן, ענגלאנד. זי איז געווען איינע פון די מערסט באקאנטע קינדער שרייבער אין דער וועלט. אירע מערסט בארימטע געשיכטעס זענען די "בארימטע פינף", וועגן א גרופע פיר קינדער (דיק, זשוליען, אן און דזשארדזשינא, וואס האט געוואלט הייסן דזשארדזש) און זייער הונט (טימי), און איר "נאָדי" סעריע פאר יונגע קינדער.
זי האט געשריבן ארום 800 ביכער. אירע שריפטן זענען איבערגעטייטשט געווארן אויף 90 שפראכן און עס זענען פארקויפט געווארן דערפון מער ווי 600 מיליאן שטיק.
דרויסנדע לינקס
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|
בילדער און מידיע אויף וויקימעדיע קאמאנס: איניד בלייטאן |
- דער איניד בלייטאן געזעלשאַפט (ענגליש)
- EnidBlyton.net (ענגליש)
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!