רוי:אידענטיטעט קארטע

דאקומענט וואס צייגט דער אידענטיטעט פון א מענטש
ווערסיע פון 08:16, 9 פעברואר 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (הגהה, מכלוליזאציע, פארברייטערט, להשלים)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

 


"קלוגע" אידענטיטעט קארטע פון עסטלאנד

אן אידענטיטעט קארטע (ענגליש: identity card) אדער אידענטיטעט דאקומענט (ענגליש: identity document; ראשי תיבות: ID), איז אן אפיציעלער דאקומענט וואס צייגט אויפ'ן אידענטיטעט פון א מענטש מיט א פערזענליכע נומער. אין אסאך מדינות מוז יעדער בירגער האבן אן אידענטיטעט-קארטע.

אויפ'ן קארטל קענען זיין געשריבן פרטים ווי זיין פולן נאמען, טאג און יאר פון געבורט, צי ער איז א זכר אדער נקיבה, הייך, קאליר פון אויגן, אדרעס, בירגערשאפט, און צומאל אפילו עטנישע אפשטאם.

אזא קארטל קען זיין קאנטראווערסיאל, לויט דער וועג וויאזוי דאס לאנד באניצט זיך דערמיט. צומאל ווערט עס געניצט צו דיסקרימינירן קעגן טייל איינוואוינער, אדער זיי באצייכענען אלס אנדערש ווי אנדערע. די אינפארמאציע וואס ווערט געזאמלט ביים ארויסגעבן די קארטלעך קען פארגרינגערן דאס נאכגיין די אקטיוויטעטן פון מענטשן און ברעכן זייער רעכט פאר פריוואטקייט.

ניץ

אן אידענטיטעט קארטע ווערט באניצט פאר פארשידענע צוועקן. דאס עיקר צוועק איז צו באווייזן דאס אידענטיטעט פון דער וואס טראגט עס.

אין מדינות וואו עס איז נישט ערלויבט צו פארקויפן אלקאהאלישע געטראנקען פאר יונגע מענטשן וועלכע האבן נאך נישט דערגרייכט א געוויסע יאר, קען דער אידענטיטעט קארטע געניצט ווערן צו באווייזן ווי אלט דער מענטש איז.

קאנטראווערסיע

היסטאריע

דאס וואס ווערט גערעכנט אלס דער ערשטער אידענטיטעט-דאקומענט איז אריינגעשריבן געווארן אין געזעץ דורך קעניג הענרי דער פינפטער פון ענגלאנד אין יאר 1414. במשך די קומענדיגע 500 יאר און בעפאר דעם ערשטן וועלט מלחמה האבן רוב מענטשן נישט געהאט און נישט געדארפט קיין אידענטיטעט-דאקומענט.

היינט צוטאגס טוען פיל מדינות ארויסגעבן עלעקטראנישע אידענטיטעט-קארטלעך.

איבער דער וועלט


זעט אויך


  דער ארטיקל איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.