רוי:איביס

גרופע פייגל פון די פאמיליע Threskiornithidae
ווערסיע פון 16:07, 8 פעברואר 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (הגהה)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
יש להשלים ערך זה: בערך זה חסר תוכן מהותי.
הנכם מוזמנים להשלים את החלקים החסרים ולהסיר הודעה זו. שקלו ליצור כותרות לפרקים הדורשים השלמה, ולהעביר את התבנית אליהם. עריכה
איביס
שווארצער איביס אין האריאנא, אינדיע
וויסנשאַפטליכע קלאַסיפיקאַציע
Domain: אייקאריאט
קעניגרייך: בעלי חיים
שטאַם: כארדאטן
קלאַס: פויגל
סדר: Ciconiiformes
פאַמיליע: Threskiornithidae
אונטערפאַמיליע: Threskiornithinae
Genera
  • Threskiornis
  • Pseudibis
  • Thaumatibis
  • Geronticus
  • Nipponia
  • Bostrychia
  • Theristicus
  • Cercibis
  • Mesembrinibis
  • Phimosus
  • Eudocimus
  • Plegadis
  • Lophotibis

די איביסן (פון לאטייניש ibis, פון גריכיש ἶβις, פון מצריש) זענען א גרופע שפאצירנדע פויגלען מיט לאנגע פיס און לאנגע שנאבלען פון די פאמיליע Threskiornithidae.

זייערע שנאבלען בייגן זיך אויף אראפ, און זיי עסן געווענליך אין קליינע גרופעס, זוכנדיג אין בלאטע פאר די מאלוסקן, ווערעם און אינזעקטן אויף וואס זיי שפייזן זיך.

רוב פון זיי מאכן זייער נעסט אין הויכע ביימער אין טראפישע וועלדער. ארום 21 טעג נאכ'ן לייגן די אייער, קומען ארויס 2-3 ליכטיג-גרויע פויגלען.

לויט א לאקאלע לעגענדע פון א געוויסע פאלק אין טערקיי, זענען די איביסן געווען איינע פון די ערשטע פייגל וואס נח האט ארויסגעלאזט פון דער תיבה.

לויט יוסף בן מתתיהו, האט זיך משה רבינו באנוצט מיט איביסן כדי צו באזיגן די מענטשן פון עטיאפיע[1].

רעפערענצן

  1. How Moses made war with the Ethiopians, קדמוניות היהודים, בוך 2, קאפיטל 10 (ענגליש)
  דער ארטיקל בנוגע ביאלאגיע איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.