משולם זושא שמעלצער איז א מחנך, קאמפאזיטאר, בדחן, זינגער און א גבאי צדקה.

ער איז געבוירן געווארן צו ר' ראובן שמעלצער, א סקווערער חסיד, אין שיכון סקווירא, ניו יארק, פאראייניגטע שטאטן, וואו ער איז אויפגעוואקסן.

ר' זושא ווערט פאררעכענט צווישן די ארגינעלע ערשטע קינדערישע חינוך קאסעטעס מאכער, וואס איז היינט צום געפונען אין יעדן היימישן שטוב. די א-ב וועלט, מידות וועלט, נקודות וועלט, און נאך.

ער איז א עלטערער ברודער פון דעם זינגער ליפא שמעלצער, וואס איז נאר דורך אים באקאנט געווארן און געשטיגן צו זיין ראנג, ביים דינען אלץ ילד הפלא אין זיינע קינדער קאסעטן.

זושא איז באקאנט פאר זיינע פולע 'חינוך פארשטעלונגען' צו יעדער צייט, זייענדיג אליינס א גוטער אקטיאר און סצענע שרייבער. בכלל איז ער משמח וועמען ער טרעפט נאר, אויך נישט יודען, און וועט זיך כאטשיג ווען אפשטעלן משמח זיין פאליציאנטן וואס שטייען אויף דינסט צו העלפן אנדערע.

ר' זושא איז א אייניקל פון רבי אלימלך פון ליזענסק, און בזכותו - זאגט ער - וואונטשט ער אן יודן וואס זעען אפענע ישועות טאג טעגליך.

יארן לאנג איז ר' זושא געווען דער אנפירער פון אומצאליגע חינוך אקטיוויטעטן אין ניו יארק, ווי דער 'מעמד פדיון פטר חמור', און חינוך פארשטעלונגען.

זיינע באקאנטע וועלטס לידער

ר' זושא האט זוכה געווען אז עטליכע פון זיינע אייגנפארפאסטע לידער זענען געווארן וועלטס ניגונים, א שטייגער ווי; טוב טוב להודות, און שהשלום שלו.

זיינע קאסעטן

ניגונים און מוזיק:

  • שופר של משיח (פיר חלקים)
  • דער נייער טאנץ (צוויי חלקים)
  • ניגוני יו"ט עהרליך

קינדער קאסעטעס:

  • דער א' ב' וועלט
  • דער מידות וועלט (דריי חלקים)
  • דער חדר וועלט (צוויי חלקים)
  • נקודות וועלט
  • סיפורי צדיקים (אסאך חלקים)

דרויסנדע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!