רוי:אושאבטי

פיגורן וואָס עגיפטער פלעגן אריינלייגן אין קברים מיט די מתים
ווערסיע פון 20:00, 7 פעברואר 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (פארמאגט שוין גארנישט באדייטנד פון דארט)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

 

יש להשלים ערך זה: בערך זה חסר תוכן מהותי.
הנכם מוזמנים להשלים את החלקים החסרים ולהסיר הודעה זו. שקלו ליצור כותרות לפרקים הדורשים השלמה, ולהעביר את התבנית אליהם. עריכה
אושאבטי פושקע פון דער תקופה פון ממלכת בית תלמי

אושאבטי (אדער אושעבטי) איז דער נאָמען פון קליינע פיגורן, צווישן 10–50 סענטימעטער גרויס, וואָס די עגיפּטער פלעגן אַריינלייגן אין די קברים מיט די מתים.

אין אנהייב, איז געווען איינגעפירט צו באערדיגן מיטן פארשטארבענעם אזעלכע פיגורן וועלכע שטעלן פאר זיין משפחה און מענטשן וועלכע האבן געשפילט א ראלע אין זיין שטוב, כדי אז אין לעבן נאכ'ן טויט זאל ער זיך געפונען אין א באקאנטע סביבה. שפעטער האט זיך דער באדייט אנטוויקלט, און די פיגורן האבן געדארפט צו באדינען דעם טויטן און אויספירן זיינע אויפגאבעס, לויט זייער גלויבן אז די אפגעטער אויף יענער וועלט וועלן מעגליך פון אים פארלאנגען פיזישע ארבעט[1].

די אפטע באניץ פון אושאבטיס במשך פון אלע מצר'ישע תקופות, און דער ווילן פון די וועלטליכע מוזעאומען צו צייגן מצר'ישע אנטיקן, האבן געברענגט דערצו אז אושאבטיס זענען פון די מערסטע געצייגטע עגיפטאלאגישע חפצים אויף דער וועלט.

במשך פארשידענע תקופות זענען זיי אויך גערופן געווארן "שאבטי" אדער "שאוואבטי".

רעפערענצן

  1. ushabti figure | statuette, אויף Encyclopedia Britannica (ענגליש)