רוי:אליעזר בערלאנד
אליעזר בערלאנד, 2012 | |
געבורט | כ"ג טבת ה'תרצ"ח (יארגאנג: 86) |
---|---|
השתייכות | בראסלעווער חסידות |
תפקידים נוספים | ראש ישיבת שובו בנים |
תלמידים | הרב שלום ארוש, הרב עופר ארז |
יש להשלים ערך זה: בערך זה חסר תוכן מהותי. בפרט די קאנטערווערסיע (פון לעגאלן און פון אידישן שטאנדפונקט), שטעלונגען (פון אים און פון זיינע נאכפאלגער), אויף א איידעלע און באלאנסירטע אופן. | |
עריכה |
אליעזר בערלאנד (געב' כ"ג טבת ה'תרצ"ח) איז דער פירער פון קהילת "שובו בנים", א שטרעמונג אינערהאלב בראסלעווער חסידות באזירט אין אלטשטאט ירושלים. ער איז א געוועזענער בעל תשובה, וואס האט דערנאך געלערנט ביי די ליטווישע חינוך סיסטעם אין כפר חסידים ישיבה און אין פאנאוועזשער כולל. אין חשון תשע"ז איז ער פאראורטיילט געווארן צו תפיסה, נאכדעם וואס ער האט מודה געווען צו געוויסע עבירות. אסאך רבנים האבן זיך אפגעשאקלט פון אים, און א בית דין מיוחד האט ארויסגעגעבן א פסק אז מען דארף זיך פון אים דערווייטערן.
ביאגראפיע
ער איז געבוירן געווארן צו חיים בערלאנד און זיין ווייב עטיה (געבוירן סטרולאוויטש), א מזרחי'סטישע משפחה אין חיפה. ער האט געלערנט אין דער כרם ביבנה ישיבה. ביי דער עלטער פון 17 און א האלב האט ער אנגעהויבן לערנען אין ישיבת כנסת חזקיהו אין כפר חסידים וואו ער איז געבליבן דריי יאר. ווען ער איז געווען אלט 21 האט ער חתונה געהאט מיט תהילה שאקי, אויך מיט א מזרחי'סטישן הינטערגרונט. דאס פארפאלק האט געוואוינט צוערשט אין בני ברק. איין חודש האט ער געלערנט אינעם פאנאוועזשער כולל, און דערנאך אינעם וואלאזשינער כולל אין בני ברק.
ביז ביבי נתניהו'ס אויפשטייג האט ער געארבעט קעגן די בחירות, אבער זינט מ'האט אנגעהויבן צוריקגעבן שטחים פאר די אראבער האט ער גע'טענה'ט אז די אראבער זענען ערגער ווי ציונים, און ער האט אנגעהויבן אנטייל צו נעמען אין די וואלן.
זיין ישיבה "שובו בנים" איז אין די הארץ פון די אראבישע געגנט אין אלט שטאט. עטליכע מאל איז פארגעקומען שטעכערייען צו זיינע בחורים, דאס איז דער גרעסטער בנין אין אלט שטאט מיט שומרים.
א דאוונען ביי אים אין ישיבה האט געדויערט שעות ארוכות, מיט טענץ און עבודות.
טייל בעלי תשובות פון זיינע תלמידים זענען געווען גרויסע גענעראלן אין צה"ל, וואס האבן איבערגעלאזט אלעס און זענען געווארן בעלי תשובה.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!