רוי:אובונטו

דעביאן-באזירטע לינוקס אפערירן סיסטעם
ווערסיע פון 16:56, 4 פעברואר 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (אביסל מכלוליזאציע)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
יש להשלים ערך זה: בערך זה חסר תוכן מהותי.
הנכם מוזמנים להשלים את החלקים החסרים ולהסיר הודעה זו. שקלו ליצור כותרות לפרקים הדורשים השלמה, ולהעביר את התבנית אליהם. עריכה
אובונטו לינוקס
Ubuntu-logo-2022.svg
אובונטו 23.10, גערופן "Mantic Minotaur"
אובונטו 23.10, גערופן "Mantic Minotaur"
פראגראמירער .Canonical Ltd / אובונטו פונדאציע
משפחה GNU/לינוקס
מודל קוד אפענער קאוד

אובונטו (ענגליש: Ubuntu) איז א דעביאן-באזירטע[1] דיסטריבוציע פון דער לינוקס אפערירן סיסטעם. ווי אלע לינוקס דיסטריבוציעס, איז עס באזירט אויף אפענער קאוד און באשטייט מערסטנס פון אומזיסטע און אפענע ווייכווארג. אובונטו ווערט אפיציעל פארשפרייט אין דריי אויפלאגעס: דעסקטאפ, סערווער, און Ubuntu Core פאר IoT דעווייסעס און ראבאטן.

די דיסטריבוציע איז געשטעלט צו זיין א פאסיגע אפערירן סיסטעם פאר די געברויכן פונעם דורכשניטליכן שטוב-באניצער, און איינע פון אירע צילן איז אז לינוקס זאל זיין גרינג צום באניץ. עס איז טאקע פון די מערסט-פאפולערע לינוקס דיסטריבוציעס פאר אלגעמיינע באניץ[2]. עס ווערט פארשפרייט ווען דערויף זענען שוין אינסטאלירט פילע פראגראמען, ווי: Mozilla Thunderbird פאר אימעיל, Mozilla Firefox אלס בראוזער, די אפיס-פראגראמען סוויטע LibreOffice, און נאך.

אובונטו ווערט אנטוויקלט און פארשפרייט דורך Canonical, א קאמפאני באזירט אין פאראייניגטע קעניגרייך, מיט א געמיינדע פון אנדערע פראגראמירער[3]. קאנאניקל שטעלט צו זיכערהייט אפדעיטס און אומזיסטע טעכנישע שטיצע, און פארדינט געלט דורך פארקויפן פרימיום סערוויסעס פארבינדן צו אובונטו און דורך נדבות.

די דיסטריבוציע איז אריגינעל מערסטנס אויסגעצאלט געווארן דורך מארק שאטלווארטה, דער דרום אפריקאנער גרינדער פון קאנאניקל, און איז באפרייט געווארן אין אקטאבער 20, 2004. א פרישע ווערסיע קומט ארויס יעדע זעקס חדשים, און א ווערסיע מיט לאנג-טערמיניגע שטיצע (LTS) - יעדע צוויי יאר.

דער נאמען "אובונטו" נעמט זיך פון אן אפריקאנער פילאזאפיע, מיטן באדייט פון מענטשליכקייט און גוטברודערישקייט צו אנדערע.

רעפערענצן

  1. Canonical, Debian | Ubuntu, אויף www.ubuntu.com (ענגליש)
  2. "Top Five Reasons Why Ubuntu Is the Most Used Linux OS".
  3. Canonical, Governance | Ubuntu, אויף www.ubuntu.com (ענגליש)
  דער ארטיקל בנוגע טעכנאלאגיע איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.