רוי:אווענידא פאוליסטא
יש להשלים ערך זה: בערך זה חסר תוכן מהותי. | |
עריכה |
מידע כללי | |
---|---|
אורך | 2.8 קילאמעטער |
מיקום | |
מדינה | בראזיל |
עיר | סאו פאולא |
אַווענידאַ פּאַוליסטאַ (פארטוגעזיש: Avenida Paulista) איז אַ באַרימטער און וויכטיגער גאס אין סאו פאולא, בראזיל. ער איז באקאנט אלס דער הויפט פינאַנציעלער און קולטורעלער צענטער פון דער שטאָט.
דער גאס ציט זיך פאר א לענג פון 2.8 קילאמעטער.
אין דעם גאס געפינט זיך א קליינער פארק מיט'ן נאמען "פארק סיקעירא קאמפאס" (Parque Siqueira Campos), אדער ווי אזוי דער עולם רופט עס, "דער טריאנאן" (Trianon), ווי אויך געפינט זיך דארט דער באוואוסטער מוזעאום פאר קונסט פון סאו פאולו (Masp - Museu de Arte de São Paulo).
לויט די שאצונגען, קומען דארט ארבעטן יעדן טאג בערך 800,000 מענטשן פון די איינוואוינער פון סאו פאולו. אין דעם גאס זענען דא פיל רעסטעראנטן וואס נעמען אויף יעדן טאג טויזנטע מענטשן וועלכע ארבעטן און וואוינען אינעם געגנט. אויך איז דארט פארהאן א טעאטער וואס איז אפן פאר'ן ציבור אומזיסט, ווי אויך א גרויסע ביבליאטעק מיט אסאך ביכער וועלכע מען קען בארגן אומזיסט.
עס ווערן דארט אפט געראכטן פאליטישע מחאות.
צום לענג פונעם גאס זענען צושפרייט דריי באן-סטאנציעס פונעם נומער 2 ליניע ("דער גרינער ליניע").
דרויסנדע לינקס
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|
בילדער און מידיע אויף וויקימעדיע קאמאנס: אווענידא פאוליסטא |
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!