רוי:העניך אקערמאן

יידישער דיכטער און זשורנאליסט
ווערסיע פון 11:50, 2 פעברואר 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "יידישע דיכטער" ב־"אידישע דיכטער")

 

העניך (הענעך) אַקערמאַן (מאָלינעץ, בעסאַראַביע, 6טן אָקטאָבער 1901 – ניו-יאָרק, 8טן סעפּטעמבער 1970) איז געווען אַ ייִדישער דיכטער און זשורנאַליסט.


לעבנסגעשיכטע

העניך אַקערמאַן איז געבוירן געוואָרן אינעם דאָרף מאָלינעץ פונעם כאָטינער אוּיעזד פון דער בעסאַראַבער גובערניע אין דער רוסלענדישער אימפּעריע (יעצט אין אוקראַיִנע). ער האָט זיך געלערנט אינעם שטעטל כאָטין. אַלס דיכטער האָט ער דעביוטירט אין 1919 אין דער קעשעווענער צייטונג "דער מאָרגן". אין 1920 האָט העניך אַקערמאַן עמיגרירט קיין אַמעריקע. ער האָט זיך געדרוקט אין פאַרשידענע ייִדישע פּעריִאָדישע אויסגאַבעס פון די פאראייניגטע שטאַטן: "פעדער", "אויפגאַנג", "גרויסער קונדס", "גערעכטיקייט", "אַמעריקאַנער", "פרייער אַרבעטער-שטימע" און "קינדער-זשורנאַל". אין 1932 איז העניך אַקערמאַן געוואָרן אַ מיטאַרבעטער פון דער ניו-יאָרקער צייטונג "פאָרווערטס", וואוּ ער האָט געפירט די זונטאג-רובריק "שטויגנדיקע געשיכטעס פון אמתן לעבן", צומאָל אונטערן פּען-נאָמען "אַ מאָלינעצער". זינט 1934 האָט העניך אַקערמאַן געאַרבעט אין דער ניו-יאָרקער צייטונג "טאָג".


זיינע ביכער

  • לידער און פּראָזע, טשערנאָוויץ, 1920.
  • רעפלעקסן. לידער (צוזאַמען מיט זעליג דאָרפמאַן און משה שטאַרקמאַן), ניו-יאָרק, 1932.
  • כ'בין קיימאָל נישט אַוועק פון דער היים, תל-אָביב, 1962.


דרויסנדע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!