רוי:אברהם קאצנעלסאן

אוקראינישער דיכטער (1914-2003)
ווערסיע פון 03:56, 2 פעברואר 2024 דורך י'הושע (שמועס | ביישטייערונגען) (עטליכע ענדערונגען)

 

אברהם קאצנעלסאן
געבורט יאנואר 1 1914
האָראָדניע, אוקראַינע
פטירה אויגוסט 21 2003 (אלט: 89)
לאָס-אַנדזשעלעס, אמעריקע
פאך דיכטער, איבערזעצער

אברהם קאַצנעלסאָן (אוקראיניש: Абрам Ісакович Кацнельсон; ‏ יאנואר 1 1914 - אויגוסט 21 2003) איז געווען אַן אוקראינישער דיכטער און איבערזעצער פון דער אידישער אָפּשטאַמונג. ער איז געבוירן געוואָרן אין 1914 אינעם שטעטל האָראָדניע אין דער יעצטיגער טשערניגאָווער געגנט פון אוקראַינע. ער האָט געלערנט די טעאָריע פון ליטעראַטור אינעם קיעווער אוניווערסיטעט. ער האט געקעמפט אויפ'ן פראָנט אין די רייען פון דער רויטער אַרמיי בעת דער צווייטע וועלט-מלחמה.

זיין ערשטע לידער-זאַמלונג «Краплі сонця» ("טראָפּנס פון דער זון") איז דערשינען אין 1935. במשך פון זיין לעבן האָט אברהם קאַצנעלסאָן אַרויסגעגעבן אַריבער דרייסיג לידער-זאַמלונגען אויף אוקראַיניש. דריי פון זיינע ביכער זענען דערשינען אין איבערזעצונגען אויף רוסיש. אַ באַמערקבאַר אָרט האָט אין אברהם קאַצנעלסאָנ'ס דיכטונג פאַרנומען די טעמע פונעם אידישן חורבן בעת דער צווייטער וועלט-מלחמה. ער האָט איבערגעזעצט אין אוקראַיניש ווערק פון סאָוועטישע יידישע דיכטער. אין 1984 האָט ער אַרויסגעלאָזט זיין אויטאָרישע אַנטאָלאָגיע «З єврейської радянської поезії». ("פון דער אידישער סאָוועטישער דיכטונג"). אין 1993 האָט דער דיכטער עמיגרירט קיין אמעריקע, וואוּ ער האָט געלעבט די לעצטע צען יאָר פון זיין לעבן. ער איז געשטאָרבן אין 2003 אין לאָס-אַנדזשעלעס.

דרויסנדע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!