רוי:אהרן קאפשטיין

אוקראַיִנישער דיכטער (1915–1940
ווערסיע פון 14:16, 1 פעברואר 2024 דורך י'הושע (שמועס | ביישטייערונגען) (אראפגענומען דאפלטע קאטעגאריע, החלפות ( אידן), נאך ענדערונגען)

 

אהרן קאפשטיין
געבורט 1915
אָטשאַקאָוו
פטירה 1940 (אלט: 25 בערך)
סואָיאַרווי

אהרן קאָפּשטיין (18טן מערץ, 1915, אָטשאַקאָוו, יעצט - ניקאָלייעווער געגנט, אוקראַיִנע – 1940 סואָיאַרווי, יעצט - לענינגראַדער געגנט, רוסלאַנד) איז געווען אַן אוקראַיִנישער דיכטער פון דער ייִדישער אָפּשטאַמונג. אין דער עלטער פון 5 יאָר איז ער געבליבן אַ יתום און אויסגעוואַקסן אין אַ יתומים-הויז. דעביוטירט מיט לידער אויף אוקראַיִניש אין אָנהייב 30ער יאָרן פונעם 20טן יאָרהונדערט. עס האָבן אים באַמערקט באַקאַנטע אין יענער צייט אוקראַיִנישע דיכטער, צווישן זיי אויך אידן - איוואַן (ישראל) קוליק און לעאָניד פּערוואָמייסקי. אין 1933 איז דערשינען די ערשטע קאָפּשטיינס לידער-זאַמלונג «Хочемо, прагнемо, можемо» ("מיר ווילן, מיר שטרעבן, מיר קאָנען"). ביים דיכטערס לעבן זענען דערשינען נאָך פיר זיינע אוקראַיִנישע לידער-זאַמלונגען און איין בוך לידער אין איבערזעצונג אויף רוסיש. אהרן קאָפּשטיין האָט איבערגעזעצט אין אוקראַיִניש לידער פון אַנדערע שפּראַכן, בתוכם פון ייִדיש.

אין 1937–1939 האָט אהרן קאָפּשטיין געדינט אין דער רויטער אַרמיי אויפן ווייטן מזרח. נאָך דער דינסט האָט ער אָנגעהויבן זיך לערנען אינעם מאָסקווער ליטעראַטור-אינסטיטוט. אין 1940 איז דער דיכטער פרייוויליק אַוועק אויף דער סאָוועטיש-פינלענדישער מלחמה און אומגעקומען אין אַ שלאַכט.

דרויסנדע לינקס


דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!