רוי:RSVP

ראשי תיבות גענוצט אין איינלאדענונג צו בעטן אן ענטפער

 

RSVP איז א ראשי תיבות וואס ווערט געניצט אויף אן איינלאדענונג (אינוויטעישאן) צו בעטן מען זאל צוריק שיקן אן ענטפער. דער וואס שיקט די איינלאדענונג ערווארט מען זאל צוריק שיקן אן ענטפער צו וויסן אויב דער וואס האט עס באקומען וועט אנטייל נעמען אין די שמחה (אדער אנדערע פארברענג) אדער נישט.

די בוכשטאבן זענען א ראשי תיבות פון די פראנצויזישע ווערטער "répondez s'il vous plaît"[1] (רעפאן סיל וואו פלע) וואס מיינט "ענטפערט, אויב עס איז אייך איינגענעם", אדער "ביטע ענטפערט".

היינט צוטאגס ווערט RSVP נישט געניצט אין פראנקרייך, וואו עס ווערט באטראכט אלס פארמעל און אלט-מאדיש. אנשטאט שרייבט מען דארט "Réponse attendue avant le ...", מיינענדיג "[אייער] ענטפער איז ערווארטעט בעפאר ...". דער פראנצויזישער ראשי תיבות "SVP" ווערט אפט געניצט אנשטאט ארויסצושרייבן "S'il vous plaît" ("ביטע")[2].

רעפערענצן

  1. "Rsvp". www.linternaute.com (in פֿראַנצויזיש). Retrieved Jan 30, 2024.
  2. "Svp". www.linternaute.com (in פֿראַנצויזיש). Retrieved Jan 30, 2024.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!