רוי:RSVP

ראשי תיבות וואס ווערט גענוצט אויף אן איינלאדענונג צו בעטן מען זאל צוריק שיקן אן ענטפער
ווערסיע פון 21:56, 30 יאנואר 2024 דורך י'הושע (שמועס | ביישטייערונגען) (נישט-ריכטיגע לינק)

 

RSVP איז א ראשי תיבות וואס ווערט גענוצט אויף אן איינלאדענונג (אינוויטעישאן) צו בעטן מען זאל צוריק שיקן אן ענטפער. דער וואס שיקט די איינלאדענונג ערווארט מען זאל צוריק שיקן אן ענפער צו וויסן אויב איר וועט באשיינען די שמחה (אדער אנדערע פארברענגונג) אדער נישט.

די בוכשטאבן זענען א ראשי תיבות פון די פראנצויזישע ווערטער "répondez s'il vous plaît"[1] (רעפאן סיל וואו פלע) וואס מיינט "ענטפערט, אויב עס איז אייך אנגענעם", אדער "ביטע ענטפערט".

למעשה ווייסן רוב מענטשן נישט וואס די בוכשטאבן באדייטן אבער ווייסן אויף אזויפיל אז דאס מיינט אז מען דארף צוריק שיקן אן ענטפער.

היינט צו טאגס ווערט RSVP נישט גענוצט אין פראנקרייך. אנשטאטס דעם שרייבט מען דארט "Réponse attendue avant le ...", מיינענדיג "[אייער] ענטפער איז ערווארטעט בעפאר ...". דער פראנצויזישער ראשי תיבות "SVP" ווערט אפט גענוצט אנשטאט ארויסצושרייבן "S'il vous plaît" ("ביטע")[2].

רעפערענצן

  1. "Rsvp". www.linternaute.com (in פֿראַנצויזיש). Retrieved Jan 30, 2024.
  2. "Svp". www.linternaute.com (in פֿראַנצויזיש). Retrieved Jan 30, 2024.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!