מוסטער:אפריל 15
►► | געשעענישן אין ציווילן קאלענדאר / אפריל 15 דערפרישן די הויפט בלאט |
◄◄ |
---|
- 1707 – געבוירן לעאנהארד אוילער, פון די וויכטיגסטע און מערסט-שעפערישע מאטעמאטיקער פון אלע צייטן
- 1881 – די "הסופות בנגב" פאגראמען ברעכן אויס אין דרום רוסלאנד
- 1912 – איבער 1,500 מענטשן שטארבן ווען דער טיטאניק שיף זינקט אין דער אטלאנטישער אקעאן, נאכן זיך אנשטויסן אין אן אייזבארג
- 1927 – שווערע רעגנס פאראורזאכן דעם מיסיסיפי טייך צו איבעררינען אויף ווייניגסטענס 145 פלעצער, ברענגענדיג די ערגסטע פארפלייצונג אין די היסטאריע פון די פאראייניגטע שטאטן
- 1936 – צוויי אידן ווערן דערשאסן נעבן טולקארם, אין אקט געזען אלס דער אנהייב פון די מאורעות תרצ"ו–תרצ"ט
- 1952 – דער B-52 סטראטופארטרעס, א סטראטעגישע באמבארדירער גענוצט דורך די אמעריקאנער לופטפלאט, פליט צום ערשטן מאל
- 1986 – די פאראייניגטע שטאטן באמבארדירט צילן אין ליביע, אריינגערעכנט דער פאלאץ פון מואמאר קאדאפי אין טריפאלי
- 1994 – די וועלט האנדל ארגאניזאציע ווערט אויפגעשטעלט דורך פארשטייער פון 123 לענדער אין מאראקעש
- 2013 – דריי אומגעברענגט און 264 פארוואונדעט אין די באסטאנער מאראטאן אטאקע
- 2019 – די נאטרעדאם דע פאריז ווערט ערנסט געשעדיגט אין א פייער