רוי:אביה (מלך יהודה)

פערטער קעניג פון בית דוד, אין ב'תתקפ"א–ג
ווערסיע פון 07:54, 19 יאנואר 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע. החלפות (וואו, וו), צוגעלייגט אינטערשפראך לינק, צוגעלייגט דעסקריפציע, הגהה, פארברייטערט, אויסשטעל, אויסדרוק, שמות הקודש)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

אֲבִיָּה (אֲבִיָּם) איז געווען דער פערטער קעניג פון מלכות בית דוד און דער צווייטער קעניג פון די צעטיילטע מלכות יהודה. ער איז געווען א זון פון קעניג רחבעם און אן אייניקל פון שלמה המלך, און ער האט געקעניגט אין די יארן ב'תתקפ"א ביז ב'תתקפ"ג.

נאמען

אין דברי הימים[1] הייסט ער אביה, און אין ספר מלכים[2] אבים. טייל געלערנטע זענען משער, אז אין ספר מלכים איז זיין נאמען געטוישט, כדי נישט צו דערמאנען ביי א זינדיגן מאן דעם נאמען פון גאט[מקור פארלאנגט].

זיין קעניגרייך

אין ספר מלכים ווערט דערציילט וועגן אים, אז ער איז געווען מלך אין ירושלים דריי יאר, און ער איז באגאנגען פיל זינד.

אין דברי הימים ווערט אנגעגעבן אלס קוואל פאר ידיעות וועגן אביה מלך יהודה א ספר "מדרש הנביא עדו".

רעפערענצן

דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!