רוי:רבי חזקיה די סילווא

ווערסיע פון 19:21, 26 דעצעמבער 2023 דורך wikipedia:yi>זאנוויל (צוגעלייגט נאך אביסל אינפארמאציע)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

רבי חזקיה סילוא (1659 אין ליווארנא – 1698 אין ירושלים), רב און פּוסק, מחבר פון "פּרי חדש" אויף שלחן ערוך יורה דעה.

א בילד פון זיין מציבה

דער גאון איז געבוירן אין ליווארנע, איטאליע. ווען ער איז געווען צוואנציג יאר אלט האט ער זיך געצויגן קיין ארץ ישראל, און זיך באזעצט אין ירושלים. וואו ער איז געזעסן און געלערנט מיט גרויס התמדה, ביי עטליכע גדולי תורה.

נאך זיין חתונה האט ער געדינט אויף עטליכע תורה'דיגע פאזיציעס ארום דער וועלט. צווישן זיי האט ער געדינט אלס מרביץ תורה אין ירושלים, מצרים און אמסטערדאם.

א געמאלן בילד וואס אנגעבליך דעם גאון

דער גאון האט ארויסגעגעבן א פאפולערער הלכה ספר, פרי חדש, אויף די חלקים אורח חיים און יורה דעה פון שולחן ערוך.

דער גאון איז נפטר געווארן אין יונגן עלטער פון 39 יאר אלט. ער איז באערדיגט געווארן אויפ'ן הר הזיתים אין ירושלים.

אין דעם זכרון משה געגנט אין ירושלים איז פארהאן א גאס, נאך זיין ספר "פרי חדש".

קוואלן