רוי:שיורי ברכה

ווערסיע פון 11:05, 14 יאנואר 2024 דורך בוט צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (וויקיפּעדיע אנטיק)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

שיורי ברכה איז א ספר פונעם חיד"א אויפן סדר פונעם שלחן ערוך.

דער ספר איז א השלמה אויפן ספר ברכי יוסף און מחזיק ברכה, דאס איז קודם געווען געדרוקט סוף ספר ברכי יוסף, דערנאך האט דער חיד"א זעלבסט מחבר געווען א ספר שיורי ברכה וואס איז שיריים און הוספות אויף אלע ספרים, וואס ער האט שפעטער במשך פון די יארן צוגעלייגט אויף דעם וואס ער האט געשריבן אינעווייניג. עס באשטייט רוב מאל פון ספרים כתבי יד און ראשונים וואס ער האט נאך נישט געהאט פאר זיך בשעת ער האט געשריבן דעם ברכי יוסף און מחזיק ברכה אדער וואס זענען ארויס געקומען נאך דעם וואס ער האט איהר געדרוקט.

ער שרייבט אויף איהר: אגב אורחאי טרחתי ללקט אורו"ת מנקיקי הסלעים, חדא כרעא ארעא אגב דוחקא נכנס ויוצא, דאס הייסט ער האט עס געשריבן מיט איין פיס אויפן וועג, ווען ער האט זיך געאיילט גייענדיג פון איין פלאץ צום צווייטן (חיים שאל ח"ב סי' י').

מען געפינט דערין אין חלק יורה דעה וואס דער חיד"א האט צוגעלייגט הוספות אויפן ברכי יוסף און אויפן מחזיק ברכה פון סי' כ' ביז סי' רכ"ח.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!