רוי:רבי שמואל שמעלקא הורוויץ (לינסק)

ווערסיע פון 11:04, 14 יאנואר 2024 דורך בוט צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (וויקיפּעדיע אנטיק)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

רבי שמואל שמעלקא הורוויץ זצ"ל (ה'תקל"ז - ה'תק"ע), רב אין רומאן, מאלדאוויע.

אפשטאם

רבי שמעלקא איז געבוירן אין יאר ה'תקל"ז (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב מנחם מענדל ראַבין[1], רב אין לינסק, באקאנט אלס "רבי מענדעלע לינסקער". און צו זיין מוטער מרת ביילא א טאכטער פון הרב יצחק הורוויץ, רב אין אה"ו, באקאנט אלס "רבי איציקל האמבורגער". (דער נאמען הורוויץ נעמט זיך פון זיין מוטער'ס שטוב). רבי שמעלקא איז געווען א ברודער פון ראפשיצער רב.

רבנות

רבי שמעלקא איז געווען רב אין רומאן, מאלדאוויע, נאכהער איז ער געווארן רב אין באר.

הסתלקות

ווען רבי שמעלקא האט געשפירט אז ס'איז געקומען זיין צייט, איז ער געפארן קיין לינסק, ער איז דארט נפטר געווארן אין עלטער פון דריי און דרייסיג יאר, און ער ליגט אין פאטער'ס אהל

פאמיליע

רבי שמעלקא האט געהייראט א טאכטער פון דעם באר מים חיים, דער רב אין טשערנאוויץ. (דער באר מים חיים האט אים געגעבן א נדן פון טויזנט רובל). זייערע קינדער:

  • הרב מנחם מענדל הורוויץ, איז געווען א פון די גרויסע חסידים פון הרב משה צבי פון סאווראן, ער האט געהאט א דריקעריי אין יאסי, ער האט געדריקט דעם טשערנאוויצער ש"ס, אויך זיין זיידענס ספר שער התפלה. אזויווי זיין פאטער, ווען רבי מענדל האט געשפירט אז ס'איז געקומען זיין צייט, איז ער געפארן קיין לינסק, ווען ער איז נפטר געווארן האט זיך פאר אים פארברייטערט א פלאץ אין אוהל!
  • די ווייב פון הרב אהרן, ממלא מקום פון פאטער, רב אין רומאן.
  • מרת עטיל, די ווייב פון הרב צבי הירש ערליך, (דער זיידע פון הרב דוד שנעבאלג).

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  1. זרעא קדישא עמוד ט' - זעה דארט הערה א'

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!