רוי:רבי חיים נחום האלבערשטאם

ווערסיע פון 11:01, 14 יאנואר 2024 דורך בוט צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (וויקיפּעדיע אנטיק)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

רבי חיים נחום האלבערשטאם זצ"ל (ה'תר"ם - י"ב ניסן ה'תרפ"א), רב אין מאשציסק

אפשטאם

רבי חיים נחום איז געבוירן אין יאר ה'תר"ם, צו זיין פאטער הרב משה האלבערשטאם, רב אין קשאנאוו, א זון פון הרב דוד האלבערשטאם, דער קשאנאווער רב, א זון פון הרב רבי חיים האלבערשטאם, דער דברי חיים. און צו זיין מוטער מרת שרה שיינא די טאכטער פון הרב מרדכי שניאור זלמן שניאורסאהן רב אין זיטאמיר.

רבנות

רבי חיים נחום איז אויף גענימן געווארן אין יאר ה'תרס"ה רב אין מאשציסק.

הסתלקות

רבי חיים נחום איז נפטר געווארן י"ב ניסן ה'תרפ"א.

פאמיליע

רבי חיים נחום האט געהייראט מרת גיטל א טאכטער פון הרב יעקב משה סאפרין פון קאמארנא. זייערע קינדער:

  • הרב מנחם מענדל האלבערשטאם ער האט געהייראט א טאכטער פון פון הרב יצחק מנחם דאנציגער פון אלכסנדער. ער איז אומגעקומן אויף קידוש השם צוזאמען מיא זיין זון:
    • הבחור שמואל צבי הי"ד.
  • הרב זלמן האלבערשטאם ער האט געהייראט מרת מרים לאה א טאכטער פון הרב רבי אלישע האלבערשטאם פון גארליץ

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!