רוי:רבי אשר רובין

ווערסיע פון 11:01, 14 יאנואר 2024 דורך בוט צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (וויקיפּעדיע אנטיק)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

רבי אשר רובין זצ"ל (ה'תרכ"ה - א' אדר ה'תרצ"ב), רב אין קארטשין.

אפשטאם

רבי אשר'ל איז געבוירן אין יאר ה'תרכ"ה צו זיין פאטער הרב שמואל רובין רב אין קארטשין, א זון פון הרב רבי אהרן רובין פון רימאנאוו, א זון פון הרב רבי אשר ישעיה רובין, רב אין ראפשיץ.

רבנות

רבי אשר'ל איז געווען דיין און נאכהער רב אין אנדריחאוו, אין יאר ה'תרס"ד נאך זיין פאטער'ס פטירה איז ער געווארן רב אין קארטשין.

הסתלקות

רבי אשר'ל איז נפטר געווארן א' אדר ה'תרצ"ב.

פאמיליע

רבי אשר'ל האט געהייראט מרת יוכבד צפורה א טאכטער פון הרב אליהו אייכנשטיין, א זון פון הרב יצחק אייזיק אייכנשטיין רב אין זידיטשוב. זייערע קינדער:

  • הרב מרדכי אלעזר רובין, רב אין קארטשין פון תרצ"ב ביז תרצ"ד.
  • הרב אליהו רובין הי"ד (ה'תרנ"ג (אומגעפער) - ה'ת"ש (אומגעפער) ), פון ה'תרצ"ד דער לעצטער רב אין קארטשין, ער האט געהייראט מרת לאה מלכה א טאכטער פון הרב חיים רובין פון וועלקא-בערעזנא, סלאוואקיי.
  • הרב צבי אלימלך רובין הי"ד.
  • מרת שיינדיל הי"ד
  • מרת חנה לאה, די ווייב פון איר שוועסטער-קינד הרב יונה רובין.
  • מרת ליבא רייצא, די ווייב פון הרב יצחק מאיר ראפאפארט, פראגער רב אין ניו יארק.

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!