רוי:רבי אביגדור האלבערשטאם
רבי אביגדור האלבערשטאם זצ"ל (ה'תקפ"ח – כ"א אדר ה'תרל"ז) רב אין דוקלא.
אפשטאם
רבי אביגדור איז געבוירן אין פשעמישל אין יאר ה'תקפ"ח צו זיין פאטער רבי אריה לייביש האלבערשטאט, אן אייניקל פון רבי צבי הירש חריף, רב אין האלבערשטאט. און צו זיין מוטער מרת מרים די טאכטער פון רבי דוד פון טארניגראד, אן אייניקל פון רבי צבי אשכנזי, דער חכם צבי.
רבנות
ביי די דריי יאר ה'תק"ל איז רבי אביגדור געווארן א יתום, און איז ערצויגן געווארן ביי זיין ברודער רבי חיים האלבערשטאם, דער צאנזער רב.
רבי אביגדור איז געווען רב אין באבוב, ווען רבי נתן יהודה ליב אשכנזי, דער דאמאלסדיגער רב אין דוקלא, איז אריבער קיין טיסמעניץ, האט מען לויט דעם פארלאנג פון זיין ברודער דער צאנזער רב, אויפגענימען רבי אביגדור אלס רב אין דוקלא .
הסתלקות
פאמיליע
רבי אביגדור האט געהייראט מרת חנה, א טאכטער פון רבי אברהם חיים הורוויץ (דער ערשטער), רב אין לינסק, א זון פון רבי נפתלי צבי הורוויץ, דער ראפשיצער רב. זייער איינציגע טאכטער:
- מרת מרים, זי האט געהייראט רבי אריה לייביש האלבערשטאם, א זון פון דוד האלבערשטאם, דער קשאנאווער רב.
רעפערענצן
- י"ג אורות - סיפורים דערציילט דורך יענקעלע לייזער דער פשעווארסקער רבי - ארויס געגעבן דורך זיין אייניקל הרב יוסף נפתלי וואגשאהל, ה'תשנ"ד
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!