רוי:טראמלינק

ווערסיע פון 10:45, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
לאנדאנער טראמס
London Trams
Trams roundel.svg
Variobahn and CR4000 at Sandilands.jpg
טראמען ביי סאנדילאנדס
אינפא
טיפ טראמוויי
לאקאציע דרום לאנדאן
צאל סטאנציעס 39
אפעראציע
פארוואלטער לאנדאנער טראמס
טעכניש

לאנדאנער טראַמס, פריער טראַמלינק, איז א טראמוויי סיסטעם וואס באדינט קרוידן און ארומיגע געגנטן אין דרום לאנדאן, ענגלאנד. ער האט אנגעהויבן אפערירן אין מיי 2000 מיטן נאמען קרוידן טראמלינק, און איז אזוי געווארן די ערשטע טראמוויי סיסטעם אין לאנדאן זייט 1952. ער געהערט צו לאנדאנער טראמווייען, אן אפטייל פון טראנספארט פאר לאנדאן (TfL), און אפערירט דורך פירסטגרופע.

די נעצווערק באשטייט פון 39 סטאנציעס לענגאויס א וועג פון 28 ק״מ[1], טייל אויף שינעס אין די גאסן וואס האט נאך אנדער פארקער, טייל אויף שינעס אין א באזונדערן טייל פון דער גאס און טייל אויף שינעס נישט אין גאסן איינשליסנדיק געוועזענע באנוועגן.

די נעצווערק האט פיר ליניעס, וואס קומען צוזאמען אין צענטראל קרוידן, מיט מזרחדיקע סוף־סטאנציעס ביי בעקנהאם קנופ, עלמערס ענד און ניי אדינגטאן, און א מערבדיקע סוף־סטאנציע ביי ווימבלדאן, וואו ס׳איז פאראן אן איבערבייט מיט לאנדאנער אונטערגרונט.

די טראמוויי נעצווערק אין 2017

רוטעס

 
טראם 2558 ביי מזרח קרוידן אויף רוטע 1 אין 2013

טראמלינק האט פיר רוטעס.

  • רוטע 1: עלמערס ענד - מערב קרוידן
  • רוטע 2: בעקנהאם קנופ - מערב קרוידן
  • רוטע 3: ניי אדינגטאן - ווימבלדאן
  • רוטע 4: עלמערס ענד - ווימבלדאן (איינגעפירט יוני 2012 עלמערס ענד - טעראפיע ליין, און פארלענגערט דעם 4טן אפריל 2016)

רוטע 1 (ליים)

style="background:#מוסטער:Tramlink color; color:black; width: 33%;"|רוטע 1

דערנאך קיין מזרח קרוידן און צוריק קיין עלמערס ענד 

רוטע 2 (ליים)

style="background:#מוסטער:Tramlink color; color:black; width: 33%;"|רוטע 2

דערנאך קיין מזרח קרוידן און צוריק קיין בעקנהאם קנופ 

וועבלינקען

  • "Trams". טראנספארט פאר לאנדאן. Retrieved ‏5טן מערץ 2015. {{cite web}}: Check date values in: |accessdate= (help) (ענגליש)


רעפערענצן

  1. "לאנדאנער טראמווייען". טראנספארט פאר לאנדאן. Retrieved ‏9טן נאוועמבער 2016. {{cite web}}: Check date values in: |accessdate= (help)