רוי:פימיענטא

ווערסיע פון 11:20, 11 יאנואר 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

פּימיענטא (שפאניש: pimiento) איז א סארט טשילי פעפער וועלכע וואקסט אין פארעם פון א הארץ.

עס איז פארהאן פארשידענע ערליי קאלירן, ווי אויך זיסע און שארפע. אפילו די זיסע האבן אן אנדערע טעם ווי די געווענליכע פאפריקע.

דאס איז איינע פון די שפאנישע ווערטער וואס די ענגלישע האט געבארגט פון שפאניש.

אין פארטוגאל און אין פארטוגעזיש רעדנדע לענדער אין אפריקע און אזיע, ווערט די ווארט גענוצט פאר גאנצע שווארצע פעפער און די טשילי פעפער רופט מען פּירי פּירי.

עס איז איינגעפיהרט דאס אריינצולייגן אין שפאנישע איילבירטן, אינעם לאך וואס ווערט געשאפן ווען מ'נעמט ארויס די קעהרל, כדי צו באלאצירן די שארפע און זאלציגע טעם פונעם איילבירט.

וועב לינקען

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!