רוי:חוניו
אין דער צייט פאַר דעם חשמונאים אויפשטאַנד זענען געווען אין ארץ ישראל עטלעכע כהנים גדולים מיטן נאָמען חוניו: אין יענער צייט איז ארץ ישראל גווען אונטער דער הערשאַפט טיילמאָל פון עגיפטן און טיילמאָל פון סיריע, און דער כּהן גדול איז געווען דער פאַקטישער גאווערנער פון לאנד; טייל פון די חוניוס האָבן געשפּילט אַ גרויסע פּאָליטישע ראָלע.
איין חוניו (דער צווייטער) איז געווען אַ זון פון שמעון כהן גדול (לויט טייל, שמעון הצדיק פון דער משנה); ער האָט געפּרואווט מאַכן ארץ-ישראל זעלבסטשטענדיק, אָבער עס איז אים נישט געלונגען; ער איז געשטאָרבן לערך דעם יאָר 185 פאַר דער געוויינלעכער צייטרעכענונג.
חוניו דער דריטער, איז געווען דער פירער פון די פרומע אידן, די חסידים, קעגן די אַסימילירטע, העלעניזירטע אידן; דער סירישער מלך אַנטיוכוס עפיפאנעס האָט אים אראָפּגעזעצט פון זיין כהונה גדולה און אויף זיין אָרט באַשטימט זיין ברודער, דעם העלעניזירטן יאַזאָן, און פון דעמאָלט אָן האָבן זיך אָנגעהויבן די גזרות, וועלכע האָבן דערפירט צום חשמונאים־אויפשטאַנד; חוניו איז דערמאָרדערט גוואָרן.
חוניו דער 4טער (אָדער פינפטער) האָט געשפּילט אַ גרויסע ראלע אין דער יידישער געשיכטע; ער איז אַנטלאָפן פון ארץ־ישראל קיין מצרים און האָט באקומען ביים קעניג פּטאָלאָמעאוס דעם 7טן די דערלויבעניש אויפצושטעלן אין מצרים, אין דער שטאָט לעאנטאפּאָליס אַ בית המקדש לויט מוסטער פון בית המקדש אין ירושלים. דאָס אין געווען לערך דעם יאָר 156 פאַר דער געוויינלעכער צייטרעכענונג. חוניו האָט די דערלויבעניש באַקומען און אויפגעשטעלט דעם בית המקדש, אין וועלכע ער האָט מקריב געווען קרבנות; דער דאָזיקער בית המקדש איז געווען באַקאַנט מיטן נאָמען „בית חוניו”; די גמרא אין מנחות ק"ט ברענגט אַ ברייתא וועגן דעם דאָזיקן בית חוניו, און די תנאים זענען דאָרט מחולק, צי עס איז געווען אַ הויז פאַר עבודה זרה, צי עס איז געווען פאַר גאָט (לשם שמים); דער בית חוניו איז געווען דער רעליגיעזער קולט־צענטער פאַר אַ געוויסער צאָל אידן אין עגיפּטן דורך דער גאַנצער צייט ביז דער בית חוניו איז חרוב גוואָרן צוויי יאָר נאָכן חורבן פון 2טן בית המקדש אין ירושלים, הגם אַלס זייער הויפּט־צענטער האָבן זיי באַטראכט דעם ירושלימער בית המקדש; לוט אַנדערע מיינונגען איז דער בית חוניו אויך געווען אַ צענטער פאַר אַ יידישער מיליטירישער קאָלאָניע אין עגיפּטן.
פּרטים ביי טשעריקאָווער „היהודים והיהדות בתקופה ההלניסטית” (תל אביב תרצ"א).
קוואלן
- דער דאָזיקער אַרטיקל נעמט אַריין דעם טעקסט וואָס געפינט זיך אונטערן זוכוואָרט „חוניו” אין דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (באַנד 1) (1949), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!