רוי:חוניו

ווערסיע פון 19:52, 12 דעצעמבער 2023 דורך wikipedia:yi>שלאק (געשאַפֿן בלאַט מיט 'אין דער צייט פאַר דעם חשמונאים אויפשטאַנד זענען געווען אין ארץ ישראל עטלעכע כהנים גדולים מיטן נאָמען '''חוניו''': אין יענער צייט איז ארץ ישראל געװען אונטער דער הערשאַפט טיילמאָל פון עגיפטן און טײלמאָל פון סיריע, און דער כּהן גדול איז ג...')
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

אין דער צייט פאַר דעם חשמונאים אויפשטאַנד זענען געווען אין ארץ ישראל עטלעכע כהנים גדולים מיטן נאָמען חוניו: אין יענער צייט איז ארץ ישראל געװען אונטער דער הערשאַפט טיילמאָל פון עגיפטן און טײלמאָל פון סיריע, און דער כּהן גדול איז געווען דער פאַקטישער גאָװערנער פון לאנד; טייל פון די חוניוס האָבן געשפּילט אַ גרויסע פּאָליטישע ראָלע.

איין חוניו (דער צווייטער) איז געווען אַ זון פון שמעון כהן גדול (לויט טייל, שמעון הצדיק פון דער משנה); ער האָט געפּרואװט מאַכן ארץ-ישראל זעלבסטשטענדיק, אָבער עס איז אים נישט געלונגען; ער איז געשטאָרבן לערך דעם יאָר 185 פאַר דער געוויינלעכער צייטרעכענונג.

חוניו דער דריטער, איז געווען דער פירער פון די פרומע יידן, די חסידים, קעגן די אַסימילירטע, העלעניזירטע יידן; דער סירישער מלך אַנטיוכוס עפיפאנעס האָט אים אראָפּגעזעצט פון זיין כהונה גדולה און אויף זיין אָרט באַשטימט זיין ברודער, דעם העלעניזירטן יאַזאָן, און פון דעמאָלט אָן האָבן זיך אָנגעהויבן די גזרות, וועלכע האָבן דערפירט צום חשמונאים־אויפשטאַנד; חוניו איז דערמאָרדערט געװאָרן.

חוניו דער 4טער (אָדער פינפטער) האָט געשפּילט אַ גרויסע ראלע אין דער יידישער געשיכטע; ער איז אַנטלאָפן פון ארץ־ישראל קיין מצרים און האָט באקומען ביים קעניג פּטאָלאָמעאוס דעם 7טן די דערלויבעניש אויפצושטעלן אין מצרים, אין דער שטאָט לעאנטאפּאָליס אַ בית המקדש לויט מוסטער פון בית המקדש אין ירושלים. דאָס אין געווען לערך דעם יאָר 156 פאַר דער געוויינלעכער צייטרעכענונג. חוניו האָט די דערלויבעניש באַקומען און אויפגעשטעלט דעם בית המקדש, אין וועלכע ער האָט מקריב געווען קרבנות; דער דאָזיקער בית המקדש איז געווען באַקאַנט מיטן נאָמען „בית חוניו”; די גמרא אין מנחות ק"ט ברענגט אַ ברייתא וועגן דעם דאָזיקן בית חוניו, און די תנאים זענען דאָרט מחולק, צי עס איז געווען אַ הױז פאַר עבודה זרה, צי עס איז געווען פאַר גאָט (לשם שמים); דער בית חוניו איז געווען דער רעליגיעזער קולט־צענטער פאַר אַ געוויסער צאָל יידן אין עגיפּטן דורך דער גאַנצער צייט ביז דער בית חוניו איז חרוב געװאָרן צוויי יאָר נאָכן חורבן פון 2טן בית המקדש אין ירושלים, הגם אַלס זייער הויפּט־צענטער האָבן זיי באַטראכט דעם ירושלימער בית המקדש; לוט אַנדערע מיינונגען איז דער בית חוניו אויך געווען אַ צענטער פאַר אַ יידישער מיליטירישער קאָלאָניע אין עגיפּטן.

פּרטים ביי טשעריקאָווער „היהודים והיהדות בתקופה ההלניסטית” (תל אביב תרצ"א).

קוואלן