רוי:אברהם ווידער

ווערסיע פון 05:22, 22 דעצעמבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "ריע:ארונים" ב־"ריע:פערזאנען פון סאטמאר-מהר"א")

ר' אברהם ווידער איז דער בירגערמייסטער פון קרית יואל.

ער איז דער העכסטער חסידישער פאליטישער ערוועלטער פיגור אין ניו יארק, זייענדיג דער בירגערמייסטער פון די ווילעדש.

ער איז געווארן בירגערמייסטער זייט ר' לייבוש לעפקאוויטש ע"ה, דער ערשטער בירגערמייסטער, איז געשטארבן, תשעה באב ה'תשנ"ח, ביז דאן איז ער געווען דער וויצע-בירגערמייסטער.

די ווילעדש אין איר היסטאריע האט בלויז געהאט די צוויי בירגערמייסטערס זינט איר גרינדונג אין ה'תשל"ז.

ער איז א חסיד פון סאטמארער רבי'ן ר' רבי אהרן טייטלבוים שליט"א.

זייט די סאטמאר מחלוקת זענען געווען עטליכע פרואוון איהם צו ארויסוויילן, אבער עס איז דורכגעפאלן און די מערהייט פון קרית יואל האט אלס ווידער-ערוויילט ר' אברהם.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!