רוי:נאום טיכי

דיכטער
ווערסיע פון 19:12, 20 דעצעמבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "ריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|2]]" ב־"ריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|02]]")

 

נאַום טיכי (אוקראַיִניש: Наум Тихий; ‏ 1920 – 27סטן אקטאבער 1996) איז געווען אַן אוקראַיִנישער דיכטער און פּראָזאַיקער פון דער ייִדישער אָפּשטאַמונג.

ביִאָגראַפיע

טיכי איז געבוירן געוואָרן אינעם שטעטל מילטשין (יעצט – אין דער זשיטאָמירער געגנט פון אוקראַיִנע) אין דער משפּחה פון אַ פּראָוויזאָר. לגבי זיין געבורטס-דאַטע זענען פארהאן ספקות – דעם 25סטן מאי 1920 צי דעם 14טן סעפּטעמבער 1922. זיין אמתדיקער נאָמעו איז געווען נחום שטילערמאַן.

אין 1937 האָט נחום שטילערמאַן פאַרענדיקט מיטלשול אין זיין געבורטס-שטעטל און איר אַריבערגעפאָרן קיין קיעוו, וואוּ ער האָט אָנגעהויבן זיך לערנען אויפן פאַקולטעט פון דער אוראַיִנישער פילאָלאָגיע אינעם אָרטיקן אוניווערסיטעט. אין דעם זעלבן יאָר איז נחום שטילערמאַנס פאָטער אַרעסטירט און רעפּרעסירט געוואָרן אַלס "שונא פונעם פאָלק".

ער האָט דעביוטירט מיט לידער אין אוקראַיִנישער פּעריִאָדיק אין 1940. דעמאלט האָט ער, לויט אַן עצה פונעם באַקאַנטן אוקראַיִנישן דיכטער לעאָניד פּערוואָמייסקי, אויך אַ ייִד לויט דער אָפּשטאַמונג, איבערגעזעצט זיין פאַמיליע נאָמען פון ייִדיש אין אוקראַיִניש און איז געוואָרן נאַום טיכי. אין סאַמע אָנהייב פון דער סאָוועטיש-דייטשישער מלחמה איז דער יונגער דיכטער פרייוויליג אַוועק אויפן פראָנט. ער איז אַדורך די מלחמה ביז סוף, געווען שווער פאַרוואוּנדעט און געוואָרן אַן אינוואַליד.

אין 1945 האָט נאַום טיכי זיך אומגעקערט אינעם קיעווער אוניווערסיטעט, וועלכן ער האָט פאַרענדיקט אין 1947. אין די נאָך-מלחמהדיקע יאָרן איז ער געוואָרן איינער פון די בולטסטע פיגורן אין דער גרופּע פון יונגע אוקראַיִנישע ליטעראַטן, געוועזענע פראָנטאָוויקעס, וואָס זענען שפּעטער אָנגערופן געוואָרן "דער פראָנט-דור". אין 1947 איז אין קיעוו דערשינען נאַום טיכיס ערשטע לידער-זאַמלונג «Розмова з друзями» ("אַ שמועס מיט פריינד"). במשך פון זיין שעפעריש לעבן האָט ער אַרויסגעגעגבן אַריבער 30 לידער-זאַמונגען, ווי אויך צוויי ראָמאַנען.

נאַום טיכי האָט איבערגעזעצט אין אוקראַיִניש ווערק פון די ייִדישע דיכטער דוד האָפשטיין, פּרץ מאַרקיש און ריווע באַליאַסנע. אין 1992, ווען אוקראַיִנע איז געוואָרן אַן אומאָפּהענגיקע מלוכה האָט ער פאַרעפנטליכט אַ ליד "Молитва за Україну" ("תפילה פאַר אוקראַיִנע"), אין וועלכן עס האָבן זיך צונויפגעגאָסן ייִדישע נאַציִאָנאַלע געפילן מיט אוקראַיִנישן פּאַטריִאָטיזם.

דער דיכטער איז נפטר געוואָרן אין קיעוו דעם 27סטן אָקטאָבער 1996.

דרויסנדע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!