רוי:סטים סיסטעם

הייצונג סיסטעם
ווערסיע פון 19:11, 20 דעצעמבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "ריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|7]]" ב־"ריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|07]]")

א פארע סיסטעם איז א וועג פון הייצן א הויז דורך צירקולירן הייסע וואסער פארע אנשטאט דאס וואסער זעלבסט.

פארע סיסטעמען ארבעטן אויפן זעלבן פרינציפ ווי הייס וואסער סיסטעמען נאר אנשטאט הייסע וואסער צירקולירט פארע (די רויך וועלכע וועפט אויס פון אויפגעקאכטע וואסער) אריין אין די רערן און אין די ראדיאטארס. די הויפט מעלה פון פארע איז די פייכקייט וועלכע עס טראגט ארום און גיט אן אנגענעמע הייצונג אן קיין גערודער. עס זענען פאראן דריי סארט פארע סיסטעמען:


סיסטעם 1

די ערשטע סארט איז אן איינצעלע רער סיסטעם אין וועלכע די פארע קומט אריין און גייט אויך צוריק צו דער סיסטעם. עס ווערט גענוצט גראוויטאציע דאס זאל פאסירן און א קליינע טייל קומט ארויס פון די לעכער וועלכע די ראדיאטארס פארמאגן. די סארט סיסטעם איז זייער ביליג און א גרויסע צאל הייזער פארמאגן דאס נאך היינט.


סיסטעם 2

א צווייטע סארט פארע סיסטעם איז די וועפאר סיסטעם וועלכע באשטייט פון א צוויי רער סיסטעם און די פארע קומט ארויס פון א ווענטיל (ענ') און גייט אריין אין די ראדיאטארס וואו עס ווערט דערשטוקט און ווערט אריינגעצווינגן אין די אפפאל רערן וועלכע גייען צוריק צום בוילער און די לופט דערפון וועפט אויס דורך ספעציעלע לעכער וועלכע מיר רופן ווענטס. אזא סיסטעם איז טייערער אבער עס שפארט אסאך ענערגיע ווייל די פארע צווינגט זיך אליינס צו צירקולירן ווייטער און אזוי דארף די בוילער זיך אנצינדן ווייניגער.


סיסטעם 3

די דריטע סארט פארע סיסטעם איז די זעלבע ווי די צווייטע נאר נוצט א וואקיום סיסטעם צוריק אריינצושלעפן די לופט פון די ראדיאטארס וואס מאכט אז אלע לופט זאלן צירקולירן גאר שנעל ארום אין ארום. אין דער סארט סיסטעם איז פאראן א ווענטיל ביי יעדן ראדיאטאר וועלכע פארהאלט די פארע אינעווייניג.

די מעלה פון אזא סיסטעם איז אז מען קען שטעלן די צענטראלע סיסטעם אויפ'ן זעלבן שטאק און אפילו א שטאק העכער ווייל די פארע וואס קומט צוריק ווערט אריינגעצויגן דורך וואקיום און עס ווערט נישט גענוצט קיין גראוויטאציע בכלל.

זעט אויך

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!