רוי:רבי נפתלי רובין

ווערסיע פון 13:40, 19 דעצעמבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "[[אריה לייביש האלבערשטאם (טארנע)" ב־"[[רבי אריה לייביש האלבערשטאם (טארנע)")

רבי נפתלי רובין זצ"ל (ה'תרכ"א - י"ג ניסן ה'תרח"ץ) רב אין ווישניצא, מערב גאליציע.

אפשטאם

רבי נפתלי איז געבוירן אין יאר ה'תרכ"א צו זיין פאטער הרב שמואל רובין רב אין קארטשין, א זון פון הרב אהרן רובין פון רימאנאוו, א זון פון הרב רבי אשר ישעיה רובין, רב אין ראפשיץ.

רבנות

נאך זיין חתונה האט רבי נפתלי געגעסען קעסט ביי זיין שווער אין שינאווא, דארט האט ער געלערנט אונאיינעם מיט זיין שוואגער דער פריסטיקער רב. זיי האבן געלערנט מיט אן אויסערגעווענליכע פלייסיגקייט, זייערע ווייבער האבן זיך באקלאגט אז זיי האבן געהייראט מלאכים.

רבי נפתלי'ס שווער האט געזארגט אז מען זאל אים אויפנעמען רב אין ליזשענסק, אין יאר ה'תרמ"ט איז ער געווען רב אין קאלוואריע, אין יאר ה'תרנ"ט איז ער געווארן דיין אין נאכהער רב אין ווישניצא.

הסתלקות

רבי נפתלי איז נפטר געווארן י"ג ניסן ה'תרח"ץ אין עלטער פון זעקס און אכציג יאר.

פאמיליע

רבי נפתלי האט געהייראט בזיווג ראשון מרת מרים מלכה[1] א טאכטער פון הרב רבי יחזקאל שרגא האלבערשטאם דער שינאווער רב. זי איז נפטר געווארן הושענא רבא כ"א תשרי ה'תר"ס. זייערע קינדער:

  • מרת רבקה, די ווייב פון הרב חיים שטיינמעטץ פון מיהלוביץ.
  • הרב אלעזר רובין, רבי אין ניסקא
  • מרת מיריש
  • הרב יונה רובין הי"ד, ער האט געהייראט מרת חנה לאה, א טאכטער פון זיין פעטער הרב אשר רובין רב אין קארטשין. ער האט נישט געהאט קיין קינדער.

בזיווג שני האט רבי נפתלי געהייראט מרת טונא א טאכטער פון דער פינפטער רביצין פון שינאווער רב מרת שיינדיל, א טאכטער פון הרב אברהם געווירצמאן פון גארליץ (דער זיידע פון רבי איציקל פשעווארסקער), אן אייניקל פון נועם אלימלך. זייערע קינדער:

רעפערענצן

  • י"ג אורות - סיפורים דערציילט דורך יענקלי לייזער דער פשעווארסקער רבי - ארויס געגעבן דורך זיין אייניקל הרב יוסף נפתלי וואגשאהל, ה'תשנ"ד
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  1. י"ג אורות, א.ל.ג. חנה מלכה

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!