רוי:רבי מנחם נחום פרידמאן (באיאן)

ווערסיע פון 15:22, 18 דעצעמבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "[[יוחנן טווערסקי" ב־"[[רבי יוחנן טווערסקי")

רבי מנחם נחום פרידמאן זצ"ל (כ"א כסלו ה'תרכ"ט - י"ט מנחם אב ה'תרצ"ו), פון באיאן און טשערנאוויץ, איז געווען דער צוויטער באיאנער רבי .

אפשטאם

רבי נחום'ניו איז געבוירן שבת פרשת וישב כ"א כסלו ה'תרכ"ט, צו זיין פאטער הרב יצחק פרידמאן, פון באיאן, דער פחד יצחק, א זון פון הרב רבי אברהם יעקב פרידמאן פון סאדיגורא, א זון פון הרב ישראל פרידמאן פון רוזשין, א זון פון הרב שלום שכנא, פון פראהבישטש, א זון פון הרב רבי אברהם המלאך, דער חסד לאברהם, א זון פון הרב דוב בער, דער מעזריטשער מגיד. און צו זיין מוטער מרת מלכה א טאכטער פון הרב רבי יוחנן טווערסקי, פון רחמיסטריווקא.

רבנות

נאך זיין חתונה איז רבי נחום'ניא געבליבן ביי זיין שווער אין הוסיאטין דריי יאר, נאכהער איז ער צוריק געפארן קיין באיאן צו זיין פאטער. אין יאר ה'תרנ"ה איז ער געפארן קיין רוסלאנד באזוכען זיין זיידן אין רחמיסטריווקא.

ביי די ערשטע וועלט קריג אין יאר ה'תרע"ד איז רבי נחום'ניו אנטלאפן צוזאמען מיט זיין פאטער קיין וויען. ווען זיין פאטער איז נפטר געווארן האבן די באיאנער חסידים אויפגענומען רבי נחום'ניא אלס ממלא מקום פון פאטער.

הסתלקות

ז' אב ה'תרצ"ו איז רבי נחום'ניו געפארן קיין וויען זיך היילען, אבער זיין צושטאנד איז געווארן שוואכער, און ער איז נפטר געווארן אין וויען י"ט מנחם אב ה'תרצ"ו, אין ליגט אין וויען

פאמיליע

רבי נחום'ניו האט געהייראט אין יאר ה'תרמ"ד, מרת חוה ( - כ"ה טבת ה'תרצ"ז), א טאכטער פון הרב מרדכי פייביש פרידמאן, פון הוסיאטין. זייערע קינדער:

זעט אויך

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  • נר ישראל ח"ו בערכו (41)

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!