רוי:רבי משה ערנסטער

ווערסיע פון 15:21, 18 דעצעמבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "[[מנחם ערנסטער" ב־"[[רבי מנחם ערנסטער")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
רבי משה ערנסטער
געבורט כ"ד תשרי ה'תרפ"ה
טויט כ"ו טבת ה'תשע"ג (אלט: 88)

רבי משה ערנסטער (כ"ד תשרי ה'תרפ"ה - כ"ו טבת ה'תשע"ג), איז געווען דער פרעזידענט פון די "מאור חיים" פערטלען אין צפת און אין ירושלים. ער איז געווען אן איידעם פונעם פערטן וויזשניצער רבי, רבי חיים מאיר האגער.

געשיכטע

רבי משה ערנסטער איז געבוירן געווארן אין יאר ה'תרפ"ה אין שטאט קלויזענבורג, ראמעניע, צו זיינע עלטערן הרב חיים און מרת ריקל גיטל, וועלכע זענען אומגעקומען על קידוש השם אין דער צווייטער וועלט קריג. ווען ער איז געווארן דרייצן יאר אלט, נאך זיין בר מצווה, איז ער ער געפארן אין וויזשניץ צו לערנען אין דער ישיבה פון רבי אליעזר האגער וועלכער איז אויכעט געווען באקאנט אלס "דמשק אליעזר", ביז דעם טאג וואס דער רוסישער מיליטער האט איינגענומען דעם געגנט. דערנאך איז ער אריבערגעצויגן אין גרויסווארדיין צו לערנען אין דער ישיבה פון זיין צוקונפטיגן שווער רבי חיים מאיר האגער, ביז דער אייננעמונג פון אונגארן דורך די נאציס אין 1944 און פון דארט איז ער אנטלאפן קיין בוקארעשט מיט א קליינע צאל פון זיין פאמיליע מיטגלידער. אין יאר ה'תש"ה ווען די צווייטע וועלט קריג האט זיך געענדיגט, איז ער ארויפגעקומען קיין ארץ ישראל צוזאמען מיט זיין משפחה און האט זיך באזעצט אין תל אביב, און דארט האט ער אויכעט אנגעהויבן צו לערנען אין דער וויזשניצער ישיבה.

י"ט אדר ב' ה'תש"ח, האט ער געהייראט מרת שבע ברכה (נפטר געווארן כ"ה אייר ה'תשס"ט), טאכטער פון רבי חיים מאיר האגער, דער פערטער וויזשניצער רבי.

נאך דער פטירה פון זיין שווער אין ט' ניסן ה'תשל"ב, האט ער אויפגעשטעלט צוזאמען אינאיינעם מיט זיין רעביצין די "מאור חיים" פערטלען אין צפת און אין ירושלים, דארט וואו ער האט אויכעט אויפגעבויט די "מאור חיים" מוסדות און איז באשטימט געווארן אלס זייער פרעזידענט. דערצו האט ער אויכעט אויפגעשטעלט מוסדות וואס זענען געאייניגט פאר קינדער מיט ספעציעלע געברויכן.

ער פלעגט וואוינען אין ירושלים אין סנהדריה מורחבת געגנט. כ"ו טבת ה'תשע"ג, אין עלטער פון אכט און אכציג יאר איז ער אוועק, און באערדיגט געווארן אין דעם אוהל פון די וויזשניצער רביס אין דעם וויזשניצער בית החיים אין בני ברק.

קינדער

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!