רוי:רבי פנחס העשל

ווערסיע פון 13:01, 18 דעצעמבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "[[יצחק מאיר העשל (זשינקאוו)" ב־"[[רבי יצחק מאיר העשל (זשינקאוו)")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

רבי פנחס העשל זצ"ל (ה'תרל"ב - ז' שבט ה'תרע"ו), פון זשינקאוו.

אפשטאם

רבי פנחס איז געבוירן אין יאר ה'תרל"ב, צו זיין פאטער הרב חיים מנחם העשל פון זשינקאוו, א זון פון הרב משולם זוסיא העשל פון זשינקאוו, א זון פון הרב יצחק מאיר העשל, פון זשינקאוו, א זון פון הרב אברהם יהושע העשל, רב אין אפטא, דער "אוהב ישראל".

רבנות

אין יאר ה'תרנ"ג - אין עלטער פון איין און צוואנציג יאר - נאך זיין פאטער'ס פטירה איז רבי פנחס געווארן דער ממלא מקום פון פאטער אין זשינקאוו.

הסתלקות

רבי פנחס איז נפטר געווארן יונגעהייט אין אדעס ז' שבט ה'תרע"ו, און ער ליגט אין אדעס.

פאמיליע

רבי פנחס האט געהייראט מרת מלכה א טאכטער פון הרב יצחק פרידמאן פון באהוש. זייערע קינדער:

  • הרב אברהם יהושע העשל, פון זשינקאוו.
  • הרב חיים יצחק העשל, פון זשינקאוו.

זעט אויך

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  • נר ישראל ח"ו בערכו (51)

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!