רוי:רבי זעליג ראובן בענגיס
רבי זעליג ראובן בענגיס (י"א סיון תרכ"ד, - מוצאי חג שבועות ז' סיון תשי"ג) איז געווען א רב, א פוסק און א מחבר פון ספרים. פון תש"ח ביז תשי"ג איז ער געווען גאב"ד פון דער עדה החרדית.
ביאגראפיע
זעליג ראובן בענגיס איז געבוירן אינעם שטעטל שניפישאק לעבן ווילנע, ליטא, צו זיין פאטער רבי צבי הירש. יונגערהייט האט מען דערקענט זיינע גאונישע כשרונות און מען האט אים גערופן דעם שניפישאקער עילוי. ביי 17 יאר האט ער אנגעהויבן לערנען אין דער וואלאזשינער ישיבה, וואו ער האט געלערנט ביי זיין רבי מובהק דעם נצי"ב, וואס האט אים גערופן א לעבעדיקן ש"ס.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!