רוי:מאיר זלאטאוויטש

דירעקטאר פון ארטסקראל
ווערסיע פון 22:02, 17 דעצעמבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "[[יעקב קאמינעצקי" ב־"[[רבי יעקב קאמינעצקי")

 

רבי מאיר זלאטאוויץ (י' סיון תש"ג – כ"ט סיון תשע"ז) איז געווען א שרייבער און דער גרינדער פון ארטסקראל פובליקאציעס.

ביאגראפיע

ר' מאיר איז געבוירן געווארן אין מאנהעטן י' סיון תש"ג צו אהרן זלאטאוויטש, א מוהל און א שוחט, און זיין ווייב פרומא.

ער איז געווען א תלמיד פון הרב רבי משה פיינשטיין אין  מתיבתא תפארת ירושלים.[1]

ער איז געווארן דירעקטאר פון א גראפיק סטודיא אין ניו יארק.[2] די פירמע, ארטסקראל סטודיאס, האט פראדוצירט בראשורן,[3] איינלאדונגען, צייכענונגען און  כתובות. מען האט רעקאמענדירט צו זלאטאוויצ'ן דעם נאעמן פון רבי נתן שערמאן, מנהל פון דער קארלין־סטאלינער ישיבה אין בארא פארק, און זיי האבן קאלאבארירט אויף א פאר פראיעקטן.[4]

מיט דער הסכמה פון הרב רבי משה פיינשטיין, הרב רבי יעקב קאמינעצקי, און אנדערער גדולי ישראל האבן די צוויי ארויסגעגעבן די חמש מגילות איבערגעזעצט אויף ענגליש מיט א נייעם פירוש. אויך האבן זיי ארויסגעגעבן איבערזעצונגען פון תורה, נביאים, ש"ס, די הגדה און דעם סידור. אין די ערשטע 25 יאר האט ארטסקראל ארויסגעגעבן מער ווי 700 ספרים און ביכער.

רבי מאיר זלאטאוויץ איז נפטר געווארן כ"ט תמוז תשע"ז.

משפחה

ר' מאיר און זיין ווייב רחל האבן געהאט פיר זין און פיר טעכטער.

רעפערענצן

  1. Finkelman, Rabbi Shimon; Scherman, Rabbi Nosson (1986). "In the Rosh Yeshiva's Presence - as His Talmidim Saw Him". Reb Moshe: The Life and Ideals of Hagaon Rabbi Moshe Feinstein. Mesorah Publications, Ltd. ISBN 0-89906-480-9.
  2. Ephross, Peter (13 July 2001). In 25 Years of Publishing, Artscroll captures Zeitgeist. Jewish Telegraphic Agency. דערגרייכט דעם 23סטן דעצעמבער 2010.
  3. Berger, Joseph (‏10 February 2005). "An English Talmud for Daily Readers and Debaters", The New York Times. דערגרייכט דעם 23סטן דעצעמבער 2010. 
  4. Hoffman, Rabbi Yair (3 December 2009). The ArtScroll Revolution: 5TJT interviews Rabbi Nosson Scherman. Five Towns Jewish Times. דערגרייכט דעם 23סטן דעצעמבער 2010.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!