רוי:רבי שלום נח בערעזאווסקי

ווערסיע פון 19:50, 14 דעצעמבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "[[אלעזר מנחם מן שך" ב־"[[רבי אלעזר מנחם מן שך")
רבי שלום נח בערעזאווסקי
מיט הרב יעקב קמינצקי די אמריקע (נואם) מיט הרב רבי אלעזר מנחם מן שך

רבי שלום נח בערעזאווסקי (ה'תרע"א - ז' אב ה'תש"ס) איז געווען סלאנימער רבי פון ה'תשמ"א ביז צו זיין פטירה. ער האט געפירט זיין רביסטעווע אין ירושלים. ער איז שטארק באוואוסט צוליב זיינע תורות וואס זענען געדרוקט אין די ספרים נתיבות שלום.

הר"ר שלום נח האט געשריבן זייער אסאך. דורך זיינע ספרים איז ער שטארק משפיע אויף אידן סיי חסידיש סיי נישט חסידיש. מ'זאגט נאך פון א חשוב'ן (נישט חסידישן) ראש ישיבה אז דער "נתיבות שלום" איז דער "מסילת ישרים" פון היינטיקן דור.

משפחה

שלום נח איז געבוירן ד' אב ה'תרע"א אין באראנאוויטש, פוילן (היינט בעלארוס) וואו ס'האט געוואוינט א גרויסער קיבוץ פון סלאנימער חסידים. זיין פאטער משה אברהם איז געווען דער ראש הקהל; זיין מוטער איז געווען אן אייניקל פון הלל וויינבערג, א ברודער פון ערשטן סלאנימער רבי'ן דער יסוד העבודה.

אום יאר ה'תרצ"ג האט ער, מיט א ווארעמער הסכמה פון סלאנימער רבי'ן דעם "בית אברהם", געווארן אן איידעם ביים רבי'נס קוזין הר"ר אברהם וויינבערג פון טבריה. זיין שווער איז שפעטער אליין געווארן רבי (דער "ברכת אברהם").

הר"ר שלום נח איז נפטר געווארן ז' אב ה'תש"ס.

תורה און חסידות

שלום נח האט געלערנט אין דער סלאנימער ישיבה תורת חסד אין באראנאוויטש, א ישיבה וואס האט צוזאמענגענומען ליטווישע לומדות מיט א חסידישער השקפה. דער ראש ישיבה איז געוון רבי אברהם שמואל הירשאוויץ, אן אייניקל פון רבי אליעזר גארדאן פון טעלזש, און דער גייסטישער משגיח איז געווען רבי משה מידנער, אן אייניקל פונעם יסוד העבודה פון סלאנים און א תלמיד פון רבי חיים סאלאווייטשיק פון בריסק.

זיין נאָכגייער איז זיין זון הר"ר שמואל.

תלמידים

מקורות

  • המודיע י"ז אב תש"ס און "מרביצי תורה מעולם החסידות" באנד א' דף 177 און באנד ג' דף 167, ציטירט אין המעין

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!